נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא נתנאל מאשער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד שלום אליעזר ני"ו, דער רבי האט אפגעשוירן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:00 איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס פון קרוב צו א שעה צייט ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט דעם יו"ט פסח און א שיינע שמועס בעניני שחיטה. דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.