בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי' ניסן תשפ"ה4/8/2025

באריכט
דינסטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם העכט הי"ו.
- ב"ר שלמה איצקאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי"ו.
- ב"ר נפתלי יוסף מענדלאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל שאלאמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה זענען אריין בקו''פ ראשי קהלתינו קרית יואל אינאיינעם מיט די עסקני ועד הרחבת גבולי העיר אינאיינעם מיט הנהלת ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' אין שכונת בריגעדאן אין קרית יואל המורחבת מקבל זיין ברכת הקודש לרגל פתיחת הביהמ"ד דעם יו"ט פסח, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און איבער די פולע פעולות פון די וועד הרחבת הגבולים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם ביהמ"ד המפואר אור החיים ריבניץ שנבנה ע"י הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך אריין אין בנין המפואר און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן ביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די חדרי התפילה הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער די פילע פעולות צדקה וחסד פון הנגיד ר' יואל הי"ו ובפרט די גרויסע חלוקות אין וומסב''ג לכבוד יו"ט פסח און אזוי אויך די גרויסע נדבה פארן בנין הכנסת אורחים 'בנין לאנדא' בעיר האבות סיגוט יע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א שמועס אויף א פריוואטע פארנעם ווי דערביי האט הנגיד ר' יואל הי"ו זיך אינטערגענומען צו מנדב זיין דעם ריזן סכום פון פינף מיליאן דאלער אפצוקויפן די זכות פון די נייע חתונה זאל וואס ווערט געבויעט אינעם בנין הבית רחל 'בנין קליין' אין מוסדות קרית יואל, און עקסטער א ריזן סכום פון א מיליאן דאלאר פאר די נייע מקוה טהרה דק''ק קרית יואל, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע אפיסעס פון די P&G אינשורענס פירמע אין וומסב''ג אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' בערל פערלשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל יודא פאוועל הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים און אלע איינגעשטעלטע.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דחסידי בעלזא בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און חומרות אום פסח און ער האט געגעבן פאר רבינו שליט"א זיין נייע הגדה בשבילי פנחס און דער רבי האט געגעבן הגדה לב אהרן און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. נאך די זמני כניסה האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️