מאנטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יעקב ברש"מ פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמואל הילמאן דאווידאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. ביי שחרית איז אנוועזנד געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א לרגל די שמחת הברית פון נכדו וועלכע איז פארגעקומען נאך שחרית.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף מאיר כ''ץ הי"ו.
- ב"ר אברהם שמעון מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"י ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרב שמואל מנחם הורוויץ שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, מיט ברכות וקריאת השם האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע האדמו"ר מספינקא שליט"א.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין חדר אברהם יודא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מספינקא שליט"א, פארן בעל ברית, די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט געמאכט דעם מי שברך פאר רבינו שליט"א.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יושע העשיל דרעזדנער ע"ה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז דער רבי ארויף אויף קביעות מזוזה בביתו החדש פון נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, דער רבי קובע געווען א מזוזה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
