דאנערשטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' ברב"ש וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים יחזקאל שרגא סאנדער הי"ו.
- ב"ר יוסף אלי' ביקעל הי"ו.
- ב"ר יחיאל גוטמאן הי"ו.
- ב"ר שלום אליעזר גאלדבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 8:20 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית שמואל בנימין צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט לכבודו פון הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, ביים אנקומען האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן נייעם שער פונעם ביהמ"ד 'שער יהודה' נדבת הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו, ביי די שבע ברכות האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן זיידן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א בעניני מזוזה און איבער די גרויסע יחוס פון חתן וכלה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פארן דיין שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן און מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 8:45.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל ע"ה - הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
