מיטוואך פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך ברמ"ח פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד שטוהל הי"ו.
- ב"ר בנציון יעקב ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם פרידמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב אקער הי"ו היושב ע"פ אחותו ע"ה.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו - הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יצחק שאול כוואן הי"ו - הרה"ח ר' יוסף פנחס שאלילאף הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אשר ראאב הי"ו - הרה"ח ר' מרדכי פריעדמאן הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון פילמער גארדענס צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מלמדים פון די ספעציעלע מסגרת במוסדותינו הק' לרגל שמחת נשואי בת הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו חבר וועד החינוך דמוסדותינו הק' ומראשי המסגרת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער דעם דרך הלימוד אין די אלטע היים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ ראשי ועסקני קהלתינו הק' פון מאנסי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די כינוס אנ"ש ומעמד 'יעמוד' דורך קהלתינו הק' וועלכע קומט פאר דעם מוצש"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' און בפרט איבער די פילע שיעורי תורה און די פילע לומדים בחבורת תורתך שעשועי און חבורת יסודי התורה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
