בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday22 Teves 57851/22/2025

Report
מיטוואך פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית, בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו (קר"י).

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. נאך מנחה האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים שליט"א, אויך האט הרה"ח ר' אהרן פערל הי"ו (ב"פ) איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייעם ספר 'חובת הלבבות עם פירוש חתם סופר' וואס ער האט געדריקט, און דער רבי האט מעיין געווען אינעם ספר, און דערנאך עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️