בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday21 Teves 57851/21/2025

Report
דינסטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו (קר"י).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס זכרונות פון די בראשית יארן אין קר"י, און די פילע תלמוד תורה'ס וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט אויפגעשטעלט איבער גאנץ ארץ ישראל נאך די צווייטע וועלט מלחמה.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️