בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגה' טבת תשפ"ה1/5/2025

באריכט
זונטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר משה הערש בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- ב"ר יקותיאל יושע בוידעק הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר מענדל בער פאוועל הי"ו.
- ב"ר יצחק זאב לאנדא הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 3:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען א גאר סוקסעספולע מסיבה מפוארה בבית הרבני הנגיד הנכבד ר' יואל ברא"ש שווארץ הי"ו, ווי עס איז געשאפן געווארן דעם פאנטאסטישן סכום פון נאנט צו דריי און א האלב מיליאון דאללאר צום גמר הבנין פונעם בית חינוך לבנות - בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק יע"א.

עס זענען געלאדענט געווארן פילע נגידי אנ''ש וועלכע האבן זיך נאך נישט געהאט אנגעשלאסן אינעם קרן הבנין, און האבן יעצט מנדב געווען ברוח נדיבה צו קענען גומר זיין דעם בנין גדול ומפואר.

במשך דעם רייכן באנקעט האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו חבר הנהלת המוסודת אין וומסב"ג, וואס איז געווען פון די נחשונים ביים דאון-פעימענט פארן שטח, וועלכע האט האציג אפעלירט מ'זאל ארויסהעלפן צו קענען פארענדיגן דעם בנין בקרב הימים, און האט דערביי מוסיף געווען א פאנטאסטישן סכום צו זיין ערשטע נדבה. און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.

צווישן די דרשות און די הערליכע ניגונים זענען די נגידים איינציגווייז אריבער חתמ'נען די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט''א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן די בית רחל אין בני ברק וואס איז געווען מחמד ליבו פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און איבער די שטארקע דחקות וואס הערשט אינעם יעצטיגן בנין הבית רחל, און מאריך געווען בשבח פון די חשובע נגידים און בפרט פון די חברי ועד קרן הבנין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך דריי שעה - ארום 8:00 אזייגער - האט דער רבי פארלאזט די מסיבה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' יואל שווארטץ הי"ו און זיין גאנצע משפחה, און פאר די איבעריגע מארגני המסיבה, הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא בר"א בראך הי"ו און הרבני הנגיד ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו, און דאן אהיימגעפארן קיין קר"י.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:15 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - הרה"ח ר' חיים שלמה אקערמאן הי"ו.
- הרה''ח ר' שלמה מאשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️