בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגו' טבת תשפ"ה1/6/2025

באריכט
מאנטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אסף וואהלבערג הי"ו.

דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הגה''ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווא זיע''א, און ביים ליינען געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.

נאכן דאווענען האט דער רבי אריינגערופן בחדרו הפרטי תלמידי הישיבה תושבי ארה"ק וועלכע האבן פראבלעמען צו באקומען א פטור פון מיליטער פון די רשעי הציונים און קענען נישט אהיימפארן קרוב צו א יאר צייט, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די בחורים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער אז מען זאל בקרוב פטור ווערן פון די צרה און די גזירה פון גיוס בני ישיבות זאל בטל ווערן אינגאנצן.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור, און נאכן לחיים האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביים שלחן הטהור פון רבינו שליט"א ליל שב"ק מידי שבוע בשבוע.
אזוי אויך זענען אריין תלמידי הישיבה וועלכע האבן אריינגעברענגט העכער טויזענט דאלער פאר קופת זכרון משה לטובת מוסדות עטה"ק בארה"ק, דער רבי האט פארטיילט א סעט ספרי שו"ת עצי חיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הגה''ק משינאווא זיע''א.

נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אינעם בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה ד'סאטמאר פון ב"פ, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב צו פארציילן סיפורים פונעם בעל הילולא זיע''א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען סיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הרה''ג ר' דוד שלמה טייטלבוים שליט"א, און מיט ברכת המזון דער ר''י הגה"צ אבד''ק ציעשנוב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:45.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ בחורים עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי פילע מעמדים בחצרות קדשינו במשך די פארגאנגענע יאר העעל"ט, דער רבי האט פארטיילט י"ב חלות און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יצחק טאבאק הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"י יאקאב הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️