בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ז כסלו תשפ"ה12/18/2024

באריכט
מיטוואך פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים אביש לאקס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי. אויך זענען אריין בקודש פנימה די גבאים פון די 'מקדשי תיראו' קאמפיין ווי פילע תלמידי הישיבה האבן זיך אונטערגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען, מען האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללת פון די בחורים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלמה לייב עלענבויגן הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"א גרינהויט הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו - הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 10:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך הגה"צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד דברי משה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30.

נאך מעריב ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד ישמח משה צו די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, עס האט מהנה געווען מיט פרקי חזנות הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי''ו, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט האברך ר' אברהם מערץ הי"ו אויפגעטרעטן מיט בדחנות און חרוזים לכבוד די שמחה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דערנאך האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן. מען האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️