בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ח כסלו תשפ"ה12/19/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו.
- ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יוסף בנימין אליעזר שטערן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ צום שמחת הבר מצוה פון אן אור אייניקל הב' הבר מצוה מאיר ני"ו בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א.

ביים אנקומען אין ב"פ איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו יו"ר קרן מלמדים, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די יארצייט פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.

דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

נאך מעריב ארום 9:45 איז דער רבי אריבער באולם סקווירא צום שמחת הבר מצוה. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה. במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הר"ר חיים הערש שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, און נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני תפילין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה און פארן גאנצן ציבור.
מיטן ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור. נאכן בענטשן איז דער גאנצער ציבור אריבער געבן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 602