בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ' תשרי תשפ"ה10/22/2024

באריכט
ליל ד' דחוה"מ אושפיזא דיוסף צדיקא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט אין די סוכה הגדולה ארום 11:00. נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין כנהוג, און נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האבן בעלי אושפיזין געברענגט קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הגה''צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב''פ שליט"א. הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים. הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו' און געטייטשט בדרך דרוש יוסף הצדיק פסק'נט אזוי ווי רבי מאיר במילא קען הקב"ה געבן ארץ ישראל פאר כלל ישראל אפילו עס איז א דבר שאין לא קצבה וויבאלד ארץ ישראל איז א ארץ הצבי און עס שפרייט זיך אויס לפי הצורך, און ממשיך געווען באגדה אז אין זכות פון יוסף פארשפרייט זיך די קדושת ארץ ישראל אין אלע סוכות, און מסיים געווען בברכות לרוב.

ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א.נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

דינסטאג ד' דחוה''מ


דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן עבודת קדשו ביי די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. פתיחה: הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א (ירושלים).

כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר''י. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הרב יושע לאבין חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. גלילה: הרב שמעון טייטלבוים שליט"א נכד הגה"צ דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

מוסף: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:50.


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 976