ליל ג' דחוה"מ אושפיזא דאהרן כהנא קדישא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:35. דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין זיך געוואשן צו די סעודת יו"ט.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין כנהוג, און נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האבן בעלי אושפיזין געברענגט קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי. הרב הגאון ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו הק' לינדען. הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און געטייטשט אז דורך קוקן אויף א צדיק איז עס משפיע להחזירו למוטב, די סוכה האט אויך דעם כח איז משפיע קדושה אויף א גאנץ יאר.
ברכת המזון: הרב הגאון ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד. נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די מעמד שמחת בית השואבה רבתי ריקודין של מצוה דורך אלופי אלפי אנ''ש חסידים ואנשי מעשה לרגל שמחת בית השואבה, דער רבי איז ארויף אויף די ספעציעלע בימה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט און דערנאך זיך צוגעקוקט מיט א קורת רוח א לענגערע צייט צו די געהויבענע ריקודין, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 1:10.
מאנטאג ג' דחוה''מ
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן עבודת קדשו בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).
כהן: הרה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג. לוי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ''ד מהרש''א. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (לאנדאן).
מוסף: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' ישראל יודא גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' שמעון גרינפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכן דאווענען ארום 1:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה צום ערשטמאליגן שלחן הטהור אינאיינעם מיט הונדערטער בחורי אנ''ש פון איבער ניו יארק אין ראם פון חבורת 'להעלות', ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין זיך געוואשן צו די סעודה.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט שירות ותשבחות.
מיט די זמירות ופיוטים האט דער רבי מכבד געווען מנהלי ישיבה קטנה. הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים בקר''י. הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל סניף רב טוב. הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א מנהל סניף ייטב פנים. הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א מנהל סניף דברי חיים. הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט"א מנהל ישיבה קטנה דרך התורה.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' מיט א לענגערע דרוש לכבוד היום, און דערנאך א לענגערע צייט ארויסגעברענגט און ארומגערעדט איבער דעם 'אתה בחרתנו מכל העמים' און ווי אזוי מדארף צו גיין צו א מצוה מיט א שמחה וחיות דקדושה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
מיטן ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א מראשי התאחדות אברכים מאנסי. מען האט געענדיגט ארום 3:15.
נאכמיטאג ארום 5:00 האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש וברכת החג דורך א לייוו הוק-אפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק, ביי די סעודת אושפיזא דיוסף צדיקיא ושמחת בית השואבה, אין די סוכה הגדולה שע''י בית מדרשינו הגדול אין שיכון, נאך די דברי תורה לכבוד היום האט דער רבי געזאגט דברי חיזוק והדרכה און ארויסגעברענגט די שמועות טובות וואס מען הערט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין ביהמ''ד לשם ולתפארת בכמות ובאיכות, און די גוטע בשורות פון די קהילה און די מוסדות און מסיים געווען בברכות קדשו איבער דעם מצב אין ארה''ק און מיט ברכות לרוב פאר יעדעם.
דערנאך ארום 5:15 איז געווען אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די סוכה שע"י ביתו נאוה קודש הגה''צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות, איבער פארשידענע שאלות בעניני יו"ט סוכות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:30 בביתו נאוה קודש, נאך מנחה איז געווען זמני כניסה פאר די אויסלענדישע געסט, ביז ארום 8:10 ווען דער רבי האט געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
