בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגה' תמוז תשפ"ד7/11/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' פריעדלענדער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברמ"א גראס הי"ו.
ב"ר יואל יצחק מאטצען הי"ו.
ב"ר בעריש מויזקאפף הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:30 איז דער רבי ארויף פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הק', ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה. דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי ציון אמו הרבנית ע"ה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע"א און פארגעזאגט ספר רביעי מיט א שטארקע התעוררות ובבכיות און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הנגיד הטפסר ר' ראובן שרון הי"ו פון פלעטבוש, ווי ער האט געברענגט זיין ברייטע נדבה לטובת די צדקה וחסד פראיעקטן פון הרבנית הצ' תחי', עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זיינע פילע פעולות בעניני הכלל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און זיך באדאנקט פאר זיינע גרויסע נדבות למען הכלל והפרט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא שלמה פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' אברהם ווייסמאן הי"ו, באולם כינור דוד.

נאך די חופות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה נתן פישער הי"ו לרפו"ש אויף ביקור חולים, ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לרגל נישואי נכדו למז"ט החתן בן לחתנו הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה נחלת התורה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר שלמה יצחק גרויסמאן שליט"א, דער רבי האט פארהערט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה נישט פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו - הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️