בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךד' תמוז תשפ"ד7/10/2024

באריכט
מיטוואך פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמעון שווארץ הי"ו.
ב"ר שמואל לאנדא הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי''ו - הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:00, און מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 620