בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday4 Iyar 57845/12/2024

Report
זונטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק א', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת הזמן החדש.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאכמיטאג ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון האשה החשובה והישישה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️