בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday6 Iyar 57845/14/2024

Report
שב''ק פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר אנשיל גרובער שליט"א (מאנסי), נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת לילדי ספרד עטה"ק בצפת, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה כנהוג צווישן פסח און שבועות.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קדושים תיהיו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור ביי א מצוה.

קה אכסוף: בנש"ק הב' יחזקאל שרגא האלבערשטאם ני"ו נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ברכת המזון: נכד רבינו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זיע''א וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג א' אייר.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:20.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו.

עליות. כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א. לוי: ר' אברהם שמחה הירש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: ר' ישראל ברוך אונגאר הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. רביעי: ר' מנחם זאב זילבערשטיין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: ר' משה שמאיע הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יצחק לאנדא הי"ו.

שביעי: ר' מענדל ב"ר יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' יעקב גרובער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:40. מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו. שלישי: בנש"ק הב' יחזקאל שרגא האלבערשטאם ני"ו.
נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענים בה"ב.
הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר זאפיר הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קדושים תיהיו' און געטייטשט אז צו קענען זיין קרוב אל ה' און צו הערן דעם קול ה', קענען אידישע קינדער מכח די אבות הקדושים און בזכות שב''ק, דורך דעם וואס מען פירט זיך שבת בקדושה בדיבורים קדושים און מען איז נזהר בדבורים האסורים, און אז מען פירט זיך בקדושה בקדש עצמך הקדושה לך איז מען זוכה צו הערן דעם קול ה', ישלח עזרך מקודש.

ידיד נפש: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו (מאנסי), דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), און נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:50.

נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:00 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש לרגל די שמחת קישור החיתון פונעם הויז בחור החתן חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️