בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ג אדר א' תשפ"ד3/3/2024

באריכט
שב''ק פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 6:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:50
עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדות תורה ויראה ירושלים בעיה"ק עטה"ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' שמואל ברוין הי"ו (ב"פ), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב שטויבער הי"ו (מאנסי).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי תשא את ראש בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יהושע געלבשטיין הי"ו (וומסב''ג), ברכהמ''ז: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ"א אדר.
קה רבון עלם: הרב יוסף שנעבאלג שליט"א (ירושלים), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם ראובן כאירה הי"ו (ארגענטינע). מען האט געענדיגט ארום 11:35.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל שטיין שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק גאנדל הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם יוסף רובינשטיין הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א מאיהעל ב"פ. לוי: הרה"ח ר' נחמי' קרויס הי"ו (קרית טאהש). שלישי: החתן ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו. רביעי: החתן ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו. חמישי החתן יואל ב"ר מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש). שישי; רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' דוד זכרי' ראטה הי"ו.
ר' שמעון עסטרייכער הי"ו.
ר' אברהם הערש הערשקאוויטש הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר משה יודא רובינשטיין הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). הגבה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:20. מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ הי"ו. כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו. לוי: הרה"ח ר' בערל בר"ח לעווי הי"ו (ב"פ). שלישי: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אך את שבתותי תשמורו' און געטייטשט אז דורך שמירת שבת זענען אידישע קינדער זוכה צו ברכת ה' וואס איז א ברכה בלי מצרים מכל טוב בעולם הזה, און עשו האט נישט קיין חלק אין דעם און פון דעם קען מען געבן געלט פאר בניית המשכן.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ברוך שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), שושנת יעקב: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:40.
מוצש''ק ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריבער בביתו החדש פון הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גאלדשטיין הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' משה הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו לרגל שמחת נשואי בנו החתן מיט עטליכע וואכן צוריק בעת דער רבי האט געוויילט אויף אפרוה.

פין דארט ארום 11:50 איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד בית אלעזר אין שכונת ויואל משה, צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו החתן בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' משה חיים שפיטצער הי"ו מהנהלת הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע ציבור און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה און ארומגערעדט בשבח פון דעם ביהמ"ד בפרט און פון שכונת ויואל משה בכלל, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 12:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 533