בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"א אדר א' תשפ"ד3/1/2024

באריכט
פרייטאג כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לוי יצחק קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
ב"ר יצחק משה מאשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א, און פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א בבכיות עצומות א לאנגע צייט.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️