ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב, בעל תפילה: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט''א. נאך מעריב איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
אום 1:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מעוטף בטלית שאולה צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו מראה''ק במאנסי.
רבינו שליט"א האט געזאגט דריי מאל תורה אינמיטן די הקדמה.
ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש אב הרחמן', עס איז דא א מלחמה צווישן די גוף אין די נשמה ווער עס זאל גובר זיין, דורך דינען דעם באשעפער מיט א ברען ווערט איינגעזאפט די קדושה אין די אברים, דורך טאנצן לכבוד התורה באש קודש ווערט מען דערנענטערט צום באשעפער.
צווייטע תורה: אויפן חרוז 'הגלה נא' די עכטע חשיבות פארן רבש''ע איז א איש גשמי וואס טוהט דעם רצון ה', עס איז שמחת תורה אויף די גאנצע וועלט הן בשמי מעל און הן דא אויפן עולם השפל, די צדיקים קומען אבער זיך משתתף זיין און אונזער הקפות דא ווייל יותר יתרבה כבוד שמים ווען א בשר ודם מיט א יצר הרע איז מקיים מצוות ה', דער אייבערשטער זאל העלפן אונז זאל מיר זיין ווערד, און אין הימל זאל מען זיך נישט שעמען מיט אונזער עבודה.
דריטע תורה: אויפן חרוז 'בראשית תורתך הקדומה' דער רבי האט דערמאנט דעם זוהר הק' וואס אונזערע רבי'ס פלעגן נאכזאגן אז די אבות הקדושים קומען אראפ זיך פרייען בשמחת בניהם אונז גלייב מיר דער פעטער ז''ל און דער טאטע ז''ל געפינען זיך דא אין ביהמ''ד, זיי קומען אראפ און מיט זייערע תפילות זענען זיי מעורר רחמים פאר אידישע קינדער, בפרט פאר דעי וואס האבן זיך מסתופף געווען בצלם.
מען האט געענדיגט די הקדמה 3:20.
ביי די הקדמה זענען מכובד געווארן צו האלטן א ספר תורה די מרביצי תורה במוסדותינו הק', און ביי די פופטע הקפה אלע אייניקלעך פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א.
נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט שמע ישראל און כתר, פסוקי שמע ישראל ובעל קורא: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' חיים אלעזר פריעדמאן הי"ו (לאנדאן). לוי: הרה"ח ר' אברהם דוב לעווי הי"ו (ב"פ). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה הפוכה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנסי. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי גימפל וויינגארטן הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט 5:30, דער רבי האט געוואונטשן גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש און תיכף קידוש געמאכט, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט''א, ברהמ''ז: נכדו הב' יחזקאל שרגא טייטלבוים, בני הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
יום שמחת תורה
שמחת תורה צופרי ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.
פסוקי דזמרה און שחרית האט מען געדאווענט במהירות כנהוג, בעל תפילה: הרה''ג ר' יעקב מארקאוויטש שליט''א, וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, ביי נשמת האט מען געזאגט בנוסח יו''ט ימים נוראים ושבת כנהוג. די כהנים האבן געדוכענט, מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאכן שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק רובין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. און דער רבי איז ארויס אויף א קורצע הפסקה.
ארום 2:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית, מען האט געענדיגט די הקדמה 4:15.
רבינו שליט''א האט געזאגט 5 מאל תורה, דריי מאל ביי די הקדמה און פאר די פערטע און זעקסטע הקפה.
ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש', שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער אויף שמחה של מצוה צאלט מען יא שכר און מען ווערט ניצל מן החטא, דורך טאנצן בשמחת התורה איז מען זוכה צו זיין משומר מן החטא.
צווייטע תורה: אויפן חרוז פון 'הגלה נא', משכינו אחריך נרוצה איז די ר''ת בגי' סוכה דורך מצוות סוכה איז מען זוכה צו א קריאה של חובה אזוי איך ביום שמיני עצרת ושמחת תורה ווערט יעדע איד נתקרב צום אייבערשטען און מען ווערט ניצל פון יסורים חלילה.
דריטע תורה: אויפן חרוז 'בראשית תורתך הקדומה' עס איז דא ד' חילוקי כפרה אבער דורך מסירת נפש ווערט מען אויף אלעם נתכפר, א סוכה דורך דעם וואס מען גייט אריין מיט אלע רמ''ח איברים און שמחת תורה ווען מען טאנצט מיט די רמ''ח איברים איז עס א ענין פון מסירת נפש פארן הייליגען באשעפער און מיט דעם זכות גייט מען ארויס זכאי ביום הדין.
די תורה פאר די פערטע הקפה - הקפה פון משה רבינו: ווילאנג מען איז אין גלות איז מען אין תפיסה ביים יצר הרע מען קען נישט שפירן די זיסקייט פון די תורה, אבער שמיני עצרת איז על שם העתיד, און אין עתיד וועט מען יא זוכה זיין צו פילן עריבות ומתיקות התורה, יעצט איז די צייט צו מתפלל זיין און מקבל זיין עוסק צו זיין בתורה חוק ולא יעבור.
די תורה פאר די זעקסטע הקפה - הקפה פון יוסף הצדיק: וואס האט געזאגט וימאן מיט א שלשלת דריי מאל איך וויל נישט קעגן דעם טאנצט מען במשך דעם יו''ט דריי מאל די זעקסטע הקפה, יעדער זאל אויך זיך מקבל זיין א גדר וסייג א שמירה יתירה בעניני קדושה, וואס אין דעם איז תלוי די גאנצע יראת שמים ולימוד התורה, און מסיים געווען ברוב ברכות.
צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב, כנהוג.
במשך די הקופות האט מען מכבד געווען די הונדערטער אנ''ש געסט, און ספעציעל פון אייראפע און מאנטרעאל.
ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיט די ספר תורה בהתרוממות ובדביקות כמנהג רבותינו הק', נאך די זיבעטע הקפה אויף די בימה בשעת'ן טאנצן דעם חרוז 'חזק מייחד כאחד' האט דער רבי איבערגענומען די אייגענע ספר תורה און ממשיך געווען די ריקודין ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.
ביים ענדיגן ארום 6:30 האט דער רבי געזאגט די אלע תפילות און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק.
ביים ליינען האבן עולה געווען די משמשים בקודש. כהן: הרה''ח ר' שמואל הכהן פר"מ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי, און נאך א קורצע צייט אריינגעקומען בחדרי הפאליש צום ליינען, בעל קורא: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו.
מען האט געליינט און געדאווענט די תפילות מיט א אומגעהויערע שנעלקייט מפני קוצר הזמן.
משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט פארגעזאגט די רשות חתן תורה, און רבינו שליט''א האט עולה געווען, הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג, גלילה: הב' המשב''ק חנני' יו''ט ליפא דייטש ני''ו.
חתן בראשית: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה, כנהוג.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה''ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל ווידער הי''ו.
חתן מפטיר: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.
הגבה אויפן דריטן ספר: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. מנחה האט דער רבי געדאווענט בחדרו הפרטי מיט א ענגע מנין כי עוד מעט ופנה יום, בעל תפילה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. מען האט געענדיגט 7:30.
רבינו שליט''א האט תיכף קידוש געמאכט בחדרו הפרטי און זיך געוואשן צו די סעודת יו''ט און בוצע געווען אויף לענגלעכע חלה געבאקן מיט ראזינקעס כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.
שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צום נעילת החג טיש, במעמד אלופי אלפי ישראל.
ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ א לענגערע צייט, און ממשיך געווען די סעודה, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, מען האט אריינגעברענגט מאכלי יו''ט און קרויט.
מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הרב ר' הערשל קאהן שליט''א, מען האט איבער געזינגען ההרוגה עליך, ונחשבת כצאן טבחה צוליב די שרעקליכע מצב בארה''ק.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרב חיים מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט ברוך המבדיל, און משמיע געווען דב"ק אויף א מייק.
די תורה האט דער רבי געזאגט אויפן פסוק 'ושמחת בכל הטוב' און געטייטשט אז די עבודה פון א איד איז צו שפירן די זיסקייט פון די תורה און דאס קען יעדער שפירן, און ארויסגעברענגט די הרגשים נאכן געהויבענער יו''ט וואס מען האט געפירט די הקפות עפ''י דרכו פון הגה''ק הייטב לב זיע''א וואס האט אונז אינזין ביי וחסידים ברנה יגילו, און געוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים וענינים משולב בסיפורי צדיקים.
נאכן טיש האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און געזאגט 3 מאל לשנה הבא בירושלים.
מעריב מוצאי יו''ט: ר' אהרן הערש וועבער הי''ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און דערנאך ארויסגעקומען בחצר ביהמ"ד הגדול צום מעמד ברכות הקודש במעמד אלופי אלפי ישראל לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים.
בפקודת הקודש איז נישט געווען קיין מוזיק לאור המצב הקשה בארה''ק.
מען האט געזינגען נגוני יו''ט, דער רבי האט געוואונטשן די ברכות הקודש און מחזק געווען אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט, און געזאגט הדרכה לכל העם הנאספים הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו, און דערמאנט די אנגעצויגענע מצב אין ארה''ק, וירב בבת יהודה תעניה ועניה, און דערמאנט וואס ליגט אים נאך אין זכרון די אסיפה ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א חוה"מ סוכות תשל"ד נאך די יום כיפור מלחמה בארה"ק, ווי דער רבי האט זיך באטייליגט צוזאמען מיט מר אביו רביה''ק הברך משה זצ"ל, און געוואונטשן ברכת קדשו 'שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ובכל מקום', מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 12:05, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
נאכן מעמד זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אנ"ש תושבי בני ברק און ירושלים ווי דער רבי האט פארטיילט עפל שיריים פון די סוכה לשמירה ולהצלחה ולדרך צליחה
אויך האט דער רבי געזעגענט די הונדערטער געסט מעבר לים.
יהי''ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, און עס זאל מקיום ווערן ביי אונז וואס דער רבי האט געוואונטשן 'וחסידים ברנה יגולו' מען זאל זיך פרייען מיט שמחה א גאנץ יאר מיט אלע השפעות וישועות פאר יעדן איינעם, בביאת משיח צדקנו
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️