בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשכ"ב תשרי תשפ"ד10/7/2023

באריכט
ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, קבלת שבת ומערבית: הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו במאנסי.

אום 9:20 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון אלופי אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: הרה''ח ר' יצחק מיכאל ברד''א יאקאב הי''ו.

מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן דעם למנצח, בערך 9:30 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן צו טאנצן די געהויבענע הקפות.

מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב, שעות ע''ג שעות בעבודת הקודש ביי די הקפות, בראש קהל קדושים רוגשים, אשרי עין ראתה אהלינו בשמחת קהלינו

ביי די הקדמות האט מען מכבד געווען די צענדליגער געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה.
ביי די זיבעטע הקפה נאכן ארומטאנצן דעם ביהמ''ד בעוז ותעצומות איז רבינו שליט''א כדרכו בקודש ארויף אויף די בימה און ממשיך געווען מיט די ריקודין ביתר שאת וביתר עוז.
נאך די הקפות האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור, און נאך עלינו געוואונטשן במאור פניו א גוט שבת גוט יו''ט, פארן גאנצן ציבור אין אלע זייטן פון ביהמ''ד. מען האט געענדיגט 12:20.

ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערשה"ט אינעם שאטער הגדול בחצר הביהמ''ד, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מודה אני.
הגבהת הכוס לקידוש: הר''ר יואל בן הגה''צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט''א (לאנדאן).

במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחת תורה ברוב שמחה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר חיים ישראל קלאגסבאלד שליט"א (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הר"ר יואל קרויס שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ביום השמיני עצרת תהיה לכם' און געטייטשט אז שמיני עצרת איז א יו''ט על שם העתיד און איז בזכות יעקב אבינו וואס האט מבטל געווען די טרערן פון עשו.

קה אכסוף: ר' ישראל ישכר לעוו הי''ו (אנטווערפן), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד ט''ב שליט''א.

נאך די פירות איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב''ר יואל ברי''ש פריעדמאן הי''ו, און ביי ב''ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי''ו.
מען האט ממשיך געווען בנגוני שמחה לרגל די שלום זכר ביי נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה כהנא הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט 3:15.

שב''ק יום שמיני עצרת

שמיני עצרת אינדערפרי ארום 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד. פסוקי דזמרה: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג, וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית והלל כרגיל, צו חזרת הש''ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

מען האט געזאגט קהלת כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרב חיים צבי בן הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א, און הרב חיים בן הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומסב''ג.

עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג). לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה''ק וומסב''ג. חמישי: החתן מרדכי ב"ר הערש מאיר גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב ברי"א פריעדמאן הי"ו.
ר' שמעון אונגאר הי"ו (מאנסי).
ר' חיים ברב"א ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
ר' שלמה ברא"י ווערצבערגער הי"ו.
ר' ברוך יודא פרענקל הי"ו.
ר' יודא פרענקל הי"ו.
ר' שלמה רפאל דייטש הי"ו.
ר' יואל בר"א שפיטצער הי"ו (וומסב''ג).

שביעי: הרה"ח ר' יואל ברא"צ מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג). הגבה די ערשטע ספר: הרב חיים נחום לייפער שליט"א (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו (וומסב''ג).
מפטיר: הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו (וומסב''ג). הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).

צוליב די גרויסע געדרענג פון די שווערע טויזענטער אנ''ש ביים אריינקומען נאך יזכור איז דער רבי ארויסגעגאנגן אנצוטוהן דעם קיטל צו תפילת גשם נאך פאר יזכור.
אויך איז געווען נאך יזכור א הפסקה פון צען מינוט עס זאל נישט צוקומען צו קיין סכנת נפשות.

ארום 2:40 איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, און מזמור לדוד הבו לה', און קדיש, משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט אויסגערופן משיב הרוח ומוריד הגשם.
רבינו שליט''א האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.

פתיחה צו גשם: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו מראה''ק וומסב''ג, צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' יוסף לייב יאקאב הי''ו (ירושלים).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שלום אליעזר בר''ח גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלי' עזרא מיללער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 3:50

בביתו נאוה קודש האט דער רבי קידוש געמאכט אין די סוכה כנהוג, האט טועם געווען פון די מאכלים 'קינדל' און 'נאנט'.

צוליב דער שווערן רעגן האט דער רבי זיך תיכף געזעגנט פון די סוכה און האט געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה און די יהי''ר, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן בשמחה של מצוה און פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם, ברכהמ''ז: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאכמיטאג 6:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה ושל''ש, און איז באגלייט געווארן אויפן וועג בשירה ובזמרה.
מנחה: הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו (ירושלים), הוצאה והכנסה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו (מאנטשעסטער), בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג).

ביי של''ש האט הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו מראשי החברה קדישא אנגעגאסן די כוס, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא כנהוג, און פארן גאנצן ציבור.

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הר"ר נפתלי הורוויץ שליט"א (לאנדאן), שיר המעלות: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'חג הסוכות תעשה לך' און געטייטשט אז מצוות סוכה איז משפיע שפע פרנסה בפרט די יאר וואס מען האט געזעהן בפירוש א סימן ברכה משמים אז מען איז צופרידן פון די עבודה פון אידישע קינדער וועט השי''ת העלפן עס וועט זיין לברכה ולא לקללה לחיים ולא למות לשובע ולא לרזון.

קל מסתתר: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מע האט געזינגען הגלה נא און נגוני יו''ט, דער רבי האט פארגעזאגט 'לשנה הבאה בירושלים', און זיך אויפגעשטעלט טאנצן בריקודי קודש בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון יו''ט סוכות, און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, אנגעליינט אויף הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 8:05.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️