בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ז מנחם אב תשפ"ג8/14/2023

באריכט
מאנטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב שעהנפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ז', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' דניאל שמעון אלטמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל משה מאלח הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️