דינסטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שלום מאשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יוסף גאטהערער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער צום בנין פון די נייע מקוה טהרה בקר''י ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר עטליכע נייע בורות, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די נדבני הבורות הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל גאלדשטיין הי"ו צו גיסן זייערע בורות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבני וועד לעניני מקוואות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בעריש שעהנברוין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס"ת וואס ווערט אריינגעגעבן דורך חברה הצלה קרית יואל, לביהמ''ד אנשי חסד בבנין חברה הצלה.
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ''ץ חברה הצלה, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' בעריש שעהנברוין הי"ו און אלע חברי הצלה.
מיט הגבה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמעון ליבערמאן הי"ו און מיט גלילה הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו און מיטן אנטוהן די מענטעלע הרה"ח ר' חיים אלעזר הורוויץ הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד א לענגערע צייט, און דערנאך ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בתופים ובמחולות.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם פראכטפולן לאקאל פון 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה דקר''י אויף די ליזענסק גאס, דער רבי איז אריין אינעם געשעפט און זיך אומגעקוקט אויף די אויסשטעלונג פון די מזוזות פון צענדליגער סופרים פון קר"י, דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו וועלכע שטייט בראש פונעם פראיעקט צו קלאפן א מזוזה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו ווי ער האט ארויסגעברענגט די מטרה פונעם פראיעקט און די פלענער פונעם איגוד הסופרים, מען האט געענדיגט ארום 6:45.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דערנאך אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️