בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday21 Menachem Av 57838/8/2023

Report
מאנטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי נאך די מקוה איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך באש הי"ו, בבית חמיו הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך ארום 9:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויס געלאזט אויפן יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ שע''י מוסדותינו הק' פון וומסב''ג און ב''פ.

ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום 'בחורים קעמפ' מחנה רב טוב אין סוואן לעיק, רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו.
בעל תפילה: הב' ב"ר יואל רפאל קנאפפלער הי"ו (ב"פ), פתיחה: הרה''ג ר' יודא בער טעלער שליט"א מנהל כתה ט' וומסב''ג, בעל קורא: הב' ב"ר יצחק טייטלבוים הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל כתה ט' ב"פ, לוי: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר אברהם מאיר אלטמאן שליט"א (ב"פ), גלילה: הב' בהר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א (וומסב''ג).

ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אריין אין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון וומסב''ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א און דערנאך אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א.

אויפן וועג האבן אפגעווארט די ילדי המחנה ווי זיי האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער, דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים, און משמיע געווען דברות קודש, צום ערשט מיט דברי דרוש אין די סוגיא וואס די בחורים לערנען אין מסכת קידושין, און געזאגט דברי הדרכה איבער חשקת התורה, און מעורר געווען נזהר צו זיין צו גיין אין מקוה יעדן טאג, נישט רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, נישט צורירן צו קיין שום כלים, און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
מען האט געענדיגט ארום 2:20.

פון דארט ארום 2:30 איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלא, דער רבי איז ארויף צו די בתי מדרשים פון די עלטערע כתות, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א, סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, און פאר א לענגערע צייט שפאצירט צווישן די קינדער און זיך אומקוקנדיג מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים און פארהערט די קינדער.

דערנאך איז דער רבי ארויף צום חדר האוכל ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק ברנ"מ ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים.
די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.

בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי באגריסט די אייניקלעך תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו רביה''ק זיע''א.
מען האט געענדיגט ארום 4:30 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.

ארום 4:45 איז דער רבי אנגעקומען צו מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג ווי דער רבי איז צוגעפארן צום בנין 'שערי שלוה' ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידי בית רחל, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה, דער רבי איז ארויף אויפ'ן בימה און משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די תלמידות און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 5:00 האט דער רבי פארלאזט די קעמפ אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מאיר מרדכי בודק הי"ו - הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א, באולם כינור דוד.
ר'' יעקב ישראל קטינא הי"ו - ר' מאיר סטרולאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' דוד ווייס הי''ו (מאנסי) - ר' ליפא ראזענפעלד הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:00.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז געקומען הגה"צ רבי משה מנחם ווייס שליט"א אבד''ק לאנדאן וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אין ניו יארק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לאנדאן, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - ר' זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו.
ר' בנימין כהן הי"ו - ר' אברהם שעהנברוין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דאס שידוך שליסן פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴