בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday21 Menachem Av 57838/8/2023

Report
זונטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל קליין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו מנכבדי קהלתינו ב"פ, בעל מעשה חש"ב על הרמב"ן, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשובע נדבן ובני משפחתו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס דערביי האט הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם דקהלתינו אין ב"ב מבני המשפחה געצייגט פארן רבי'ן פארשידענע שאלה'דיגע מזוזות און כתבים.

מיטאג ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די 'חומש סעודה מיט די אריבער פינף הונדערט תלמידי כתה א' בליעה''ר כ"י, פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל יצ"ו.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א, דער רבי האט געטרינקען לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער, און דערנאך פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל, אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' יואל עפשטיין הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות פונעם מעמד, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 5:15 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים לויה ביים ביה''ח בקרית יואל פון האשה החשובה הרבנית מרגליות ע"ה נכדת רביה"ק בעל עצי חיים זיע''א ומנהלת בבית רחל שע"י מוסדותינו הק' ב"פ רבות בשנים, דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד לפני מיטתה ארויסברענגענדיג אירע פילע פעולות לטובה פאר חינוך הבנות אין מוסדותינו הק' אין ב"פ, און דערנאך מלוה געווען די מטה. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אינעם אחדות קאנטרי אין קר"י צו די שמחת הכנסת ס''ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנכבד ר' שמואל חיים בראך הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם חשובן נדבן ובניו שיחי' ממשיך צו זיין מיט די ריקודין און אריינלייגן דעם ספר אין ארון הקודש. דאן האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשוב'ן נדבן ובני משפחתו שיחי'.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור חולים ביי הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו ווי דער רבי האט אים מאציל געווען מברכתו פאר א רפואה שלימה, דערנאך האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מנחם ליבערמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו, באולם גינת קליין.
ר' יושע בר"י יאקאב הי"ו - ר' יוקל ברי"ב הירש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר''א שפיטצער הי"ו (וומסב''ג) - ר' מנחם מנלי בראך הי"ו.
ר' הערשל בר"י פיש הי"ו (ב''פ) - ר' הערשל ברש"ח פיש הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת עמודי דגירסא אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הר"ר שלום לאנדא שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️