בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט"ז מנחם אב תשפ"ג8/3/2023

באריכט
דאנערשטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יוסף לייב ברא"מ לעבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מאיר ברז"ל פערל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ד ראזענפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו.
ב"ר שלמה הערש פישער הי"ו.
ב"ר חיים יוסף בנציון רייז הי"ו.
ב"ר בנציון שווארץ הי"ו.
ב"ר ישראל בנימין ליכטענשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ד', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בתופים ומחולות לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה והודאה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותן און פאר אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער חתן געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

פארן מסיים זיין האט דער רבי נאכאמאל משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט זיין שמחה און התרגשות ביים ערהאלטן אזויפיל תירוצים אויף די קשיא וואס ער האט איבערגעלאזט אין די ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר ליפא סאמעט שליט"א - ר' יואל שמאיע הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דוד ווערטהיימער הי"ו - ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו.
ר' יואל בר"ה בראך הי"ו - ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו (אוסטראליע).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️