מיטוואך פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
בן הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א.
תאומים בני ר' נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר יואל כ"ץ הי"ו.
ב"ר יואל זאלדאן הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא דרעזנער הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו.
ב"ר חיים בנציון איצקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים היכל הביהמ''ד.
נאכמיטאג ארום 4:45 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב בית מדרשינו בית שמואל בקרית יואל, אויף א ביקור ניחומים נאך די הקמת המציבה פון אביו הגה"צ חו"פ ר' יקותיאל זלמן יו"ט ליפא האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק טשאקעווע, עס איז אנוועזנד געווען די גאנצע משפחה בני האבד"ק טשאקאווע זצ"ל, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער עובדות וסיפורים פון די גרויסע זיידעס לבית צאנז - שינאווע, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומים.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א רב בית מדרשינו ברך משה במאנסי, - ר' יואל פריינד הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל ברח"ב פילאפף הי"ו - ר' יעקב יודא גפן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א 'חלוקה' דורך ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, ווי עס איז פארטיילט געווארן קרוב צו א האלב מיליאן דאלער פאר עטליכע קבוצות רבני ולומדי כוללינו פון קר''י און וומסב''ג, נאכן זיך פארהערן אויף פארשידענע מקצועות ביי רבני קהלתינו און ביי הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי פארטיילט די געלט פאר די רבני ולומדי הכולל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די חשיבות פון לומדי תורה און מסיים געווען בדברי ברכה אז מען זאל זוכה זיין צו מסיים זיין נאך מקצועות.
אזוי אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יושע הערש הכהן גליק הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אהרן שווארץ הי"ו - ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, און נאך מעריב זיך ארויסגעלאזט קיין שיכון סקווירא מפאר זיין ביים שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הכלה בת חתנו האדמו"ר מ'זוועהיל שליט"א.
אנקומענדיג אין מאנסי איז רבינו שליט''א קודם אריבער אין ביהמ"ד שינאווע ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען בני כ"ק אדמו"ר משינאווע זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומים.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די שמחת החתונה אינעם שאטער הגדול פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, דער רבי האט זיך באגריסט מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט''א, און אלע חשובע רבנים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס און רבנים, און האדמו''ר מסקווירא שליט''א האט מכבד געווען רבינו שליט''א צו טאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך געטאנצן עקסטער מיטן חתן און מיט האדמורי"ם מסקווירא און וויזניץ שליט"א און דערנאך געטאנצן מיט האדמו"ר מ'זוועהיל שליט"א ויו"ח פאר א לענגערע צייט.
ארום 2:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️