בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ד טבת תשפ"ג1/17/2023

באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י), נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הבעל התניא זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער חסידות בזמן בעל התניא און איבער לערנען דקדוק און תנ"ך.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר''י).
נאך מנחה האט הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א שלום גענומען פון רבינו שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דערנאך האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו (קר''י).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️