בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ג טבת תשפ"ג1/16/2023

באריכט
פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע

מאנטאג


ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד.
בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו (קר"י), פתיחה: הרה"ח ר' בנימין יצחק גליק הי"ו (קר"י), כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (קר"י), לוי: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א (קר"י), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק לייב פייערווערקער הי"ו (קר"י).

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️