בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגה' טבת תשפ"ג12/29/2022

באריכט
מיטוואך ויגש

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יצחק צבי קליין הי"ו.
ב"ר אברהם לעווינגער הי"ו.
ב"ר יואל קיש הי"ו.
ב"ר אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד כ"ץ הי"ו, אין ביהמ"ד הלכה ברורה, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן ברית האט דער רבי דארט געדאווענט מנחה.
דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) - ר' לוי יצחק דוד לאנדא הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו - ר' יונתן בלייער הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
ר' אברהם יושע גלויבער הי"ו - ר' משה אלי' רובין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 1:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט מחותנו הגה"צ האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע תורה'דיגע שמועס, דער דיין שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א זיין נייע ספר אגלי דבש חלק ב' און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' קלמן פילאפף - און ר' שמואל שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג).
ר' שאול גרינפעלד הי"ו - ר' שלמה הערש פישער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️