בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגה' טבת תשפ"ג12/29/2022

באריכט
דינסטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית מיט די תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג', אין ביהמ"ד בית שלום אויף די שינאווא גאס.

אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו'''פ הגה''צ רבי אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א אדמו''ר מקאזלאוו, מקבל זיין ברכות קדשו לקראת די חתונה פון בנו החתן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד וויען עסטרייך, וואס געפונט זיך דאהי לקראת מערערע שמחות בביתו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון של בת הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר חתן כלה און די חשובע מחותנים.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון אור החיים וויזניץ אין בארא פארק מפאר זיין בראש שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, נכד גיסו הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א החתן בן חתנו הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד קלאסנא שליט"א, מיט הכלה בת הרה''ג ר' יעקב ישראל רובין שליט"א ר"מ בישיבת באר התורה, בן הגה"צ אבד"ק גלאגוב ז"ל וחתן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב וראש ישיבתינו ב"פ שליט"א.
רבינו שליט''א האט געטרינקן א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און די געהויבענע זיידעס, דערנאך האט מען אויפגערופן צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה א לענגערע צייט בהתלהבות אש, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און ארויס אין א עקסטערן ריקוד מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעווינטשן די כלה כנהוג, און עקסטער פאר אחותו הרבנית מ'מאנטריאל תליט"א, און פארלאזט דעם זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️