ליל ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' אברהם שמחה ב"ר מנשה גאטליעב הי"ו געצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל ביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה ומוסר, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין מבצר הכוללים ווי עס איז פארגעקומען דער יערליכער כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי', מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש והתחזקות, ובדברי שבח פון די חשוב'ע חבורה וואס איז זיך מחזק בעבודת השם, און די חשיבות היינטיגע צייטן פון אפילו א קליינע דבר טוב בעבודת השם, און געזאגט אז "צו בלייבן א חסידישע איד אים תשפ"ג קען מען נאר דורכן לערנען חסיד'ישע ספרים" און זיך צו ווייקן מיט חסידישע אידן בחבורה אחת, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️