בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ו כסלו תשפ"ג12/20/2022

באריכט
ליל ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' וואלף ב"ר יואל בר"ב שטיין הי"ו געצינדן די מנורה.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל ביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה, די נר חנוכה איז משפיע חכמת התורה וואס דורכן עוסק זיין בתורה קומט אראפ אלע השפעות טובות בגשמיות, און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאך די דב''ק האט חדב"נ הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א שלום גענומען נאכן זיך אומקערן פון ארה"ק וויילענדיג בקרב קהלתינו הק' אין בני ברק אויף כ"א כסלו און שב"ק העעל"ט, דער רבי האט מיט א געוואלדיגן קורת רוח געהערט א גרוס פונעם התעלות והצלחה מרובה בקרב קהלתינו הק' ומוסדותי'.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:30.


דינסטאג פרשת מקץ ב' דחנוכה

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל העסקן הדגול הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אין ביהמ"ד יראי ה' בשכונת סמיט פארם בגלילות קר"י.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א רב הביהמ"ד, ור''מ במתיבתא, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.13K