בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

קורצע מסע הקודש לאתרא קדישא מירון - שב''ק בעיר צפת - סיון תשפ״א

כ"ז סיון תשפ"א – ג' תמוז תשפ"א · 127 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מאנטאגד' תמוז תשפ"א6/14/2021

ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים "גומל בענטשן" היינט ביי שחרית בהיכל הישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךו' תמוז תשפ"א6/16/2021

באריכט
🌴 מאנטאג חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב מרדכי טייטלבוים, וב"ר שלמה משה שטעסל, וב"ר לוי יצחק סימאן, וב"ר חיים אברהם ראזענפעלד.

נאכן עולה זיין האט די רבי גומל געבענטשט.

ביי די טעגליכע תהילים שיעור נאכן דאווענען האט די רבי האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו בחסד ה' וואס מען איז אדורך געגאנגען אויפן וועג אהיים פון ארה"ק, -זעט די עקסטערע באריכט פון די דב"ק ביי די פריערדיגע באריכטן.
נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אדורך שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
*

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרב ראובן שווארץ, הרב יצחק אייזיק כהנא, באולם כינור דוד.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' אהרן שמואל יאקאבאוויטש, ר' יואל בר"י פריעדמאן באולם כינור דוד.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' משה מיכל שלעזינגער, ר' יואל משה זילבערשטיין, באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' אלעזר גרובער ר' זלמן מענדלאוויטש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאס איז די גאנצע נסיעה.