בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

זונטאגז' אלול תשפ"א8/15/2021

באריכט
=חלק ג' באריכט שב''ק שופטים בקרב קהלתינו הק' במאנסי.=

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:25. מנחה: הרה"ח ר' יעקב חזקי' מארקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי''ו (וומסב"ג), בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, כהן: הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט''א - ראה"כ, לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט''א, שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף הארטמאן הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"י ווערצבערגער הי''ו.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריבער צום גיגאנטישען היכל השלחנות צו של"ש. זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען, אודה: הרה"ח ר' פייש הערצאג הי''ו, שיר המעלות: הרה"ג ר' אשר שמואל כ"ץ שליט''א מדייני קהלתינו במאנסי.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "וה' אמר לכם לא תוסיפון לשוב בדרך הזה", 'וה' אמר לכם לא' ר"ת אלול, און געטייטשט בדרך מוסר, אז אויב מען טוהט נישט חלילה תשובה אויף די חטאים איז דאס אליינס א חטא וואס מען דארף נאכדעם מתקן זיין. מ'שטייט שוין א וואך אין חודש אלול מ'דארף זיך אליינס פרעגן וואס האב איך שוין אויפגעטוהן ביז יעצט, אין זיך מתבונן זיין אין גדלות ה' און רחמי שמים, חנון המרבה לסלוח אז ער וועט מקבל זיין די תשובה ברחמים וברצון. ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש בקול בוכה, השי"ת זאל העלפן מ'זאל זוכה זיין צו תשובה טוהן בשלימות, מ'זאל זוכה זיין גאנץ כלל ישראל, 'א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענטשט יאר', תכלה שנה וקללותיה, ס'איז ליידער אדורך פאר אידישע קינדער א ביטער שווער יאהר, אידן האבן מיטגעמאכט אזעלעכע צרות, אזויפיל עגמות נפש, אזויפיל ציבראכענע הערצער ביי אידישע קינדער, דער איין אייציגער באשעפער ער ווייסט וואס ס'טוהט זיך אין אידישע הייזער, אידן זענען צובראכן, אידן קוקן ארויס אויף ישועות אויף בני חיי ומזוני רוויחי, אידישע קינדער דארפן האבן רפואות, אידישע קינדער דארפן האבן ישועות, אידישע קינדער האבן מיטגעמאכט אזויפיל צרות. די זיידע ז"ל אין ייטב פנים זאגט, - סאיז היינט די יארצייט 'זכותו יגן עלינו' - ער זאגט יהי החודש הזה, 'הזה' איז די צוועלעפטע חודש דאס איז חודש אלול, "יהי החודש הזה זאל זיין סוף וקץ לכל צרותינו, תחלה לראש לפדיון נפשינו" דער אייבערשטער זאל העלפן מזאל מיר זוכה זיין תחל שנה וברכותיה, אידישע קינדער זאלן געבענטשט ווערן בכל מילי דמיטיב, מ'זאל מיר זוכה זיין צו אלעם גוטן, מזאל זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א".

ידיד נפש: הרה"ג ר' יואל געלב שליט''א מדייני קהלתינו, קל מסתתר: הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט''א מדייני קהלתינו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 11:05.

שבת קודש בצל כנפיך יחסיון

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
שלש סעודות והבדלה היינט מוצ"ש במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' במאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגה' אלול תשפ"א8/13/2021

מודעה
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

ריזיגע שילדן זענען ארויף געהאנגען, מיט די סקיצע ווי אזוי עס וועט אויסקוקן די הערליכע נייע בנינים וואס וועלן בקרוב געבויעט ווערן פאר די "תלמוד תורה" און "בית רחל" אין די שטאט מאנסי, צו קענען אקאמאדירן די ריבוי התלמידים בליעה"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מרבה ישיבה מרבה חכמה

פרייטאג עש"ק שופטים

נעכטן דאנערשטאג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קורא שם געווען פאר די נייע ישיבה קטנה דמוסדותינו הק' במאנסי - וועלכער וועט געעפענט ווערן אויף דעם קומענדיגן זמן הלימודים הבעל"ט, נאכדעם וואס עס איז נתרבה געווארן די מספר התלמידים בליעה"ר - מיטן נאמען ישיבה דרכי התורה. אזוי אויך האט מרן רבינו שליט''א ממנה געווען הרה"ג ר' שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א מלפנים מנהל בישיבתינו ''מעיין התורה'' בבארא פארק, אלס מנהל הישיבה. די נייע ישיבה איז און צוגאב צו די ביז יעצטיגע "ישיבה קטנה קנין תורה". די ישיבה וועט אויך געפירט ווערן תחת הדרכתו פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א.

יהי"ר שחפץ ה' בידם יצליח להגדיל תורה ולהאדירה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
לקראת שבת לכו ונלכה

אנווייזונגען צום געהויבענעם שב''ק בקרב קהלתינו הק' מאנסי במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךג' אלול תשפ"א8/11/2021

מודעה
מאפע און אנווייזונגען צו די הייליגע און לעכטיגע טיש ליל שב"ק, און דער געהויבענעם סעודת רעווא דרעווין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
לקראת שבת לכו ונלכה

סדר וזמנים פון שב"ק שופטים במחיצת הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהילתינו הק' במאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
והנחילנו ה' אלקינו באהבה וברצון שבת קדשיך
מודעה
צהלו ורוני יושבת 'מאנסי' כי גדול בקרבך קדוש ישראל, הנה מלכך בא
בילדער · 2
ארבעט ביים פארברייטערן בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
הרחבת גבולי הקדושה בקרב קהלתינו הק' לאנדאן ווי מען פארברייטערט בית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
לעצטערע הכנות ווערט פארענדיגט אינעם "בנין בית מדרשינו הגדול במאנסי" צום שבת במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער אנ"ש תושבי מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס