בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

דינסטאגי"ב תמוז תשפ"א6/22/2021

באריכט
אלקא דמאיר עינינו

נעכטן מאנטאג בלק פארנאכטס איז פארגעקומען די מעמד "כינוס אברכי סאטאמר" אין די זאלן פון קאנטינעטל אין וויליאמסבורג למען החזקת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב בארה"ק", ארום 8:00 האט די יו"ר המעמד פפ"מ ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש געעפענט די מעמד און האט במשכן מעמד מהנה געווען בדברי פי חכם חן.
במשכן מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה החזן המופרסם ר' שלמה זלמן הורוויץ און באגלייטונג פונעם זמירות קווייער.
צווישן אנדערע איז פארגעקומען א גאר רייכע "פאנעל" צווישן ר' מאיר מרדכי און הרה"ח ר' מאיר פערל -מנכ"ל מוסדות יטב לב בארה"ב, און הרה"ח ר' מענדל אונגאר -רואה חשבון.

ארום 10:35 האט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעהויבן די "דרשת חובת השעה", ווי די רב שליט"א האט ארומגערעדט א לענגערע צייט בשבח און איבער די חוב פון שטיצן "מוסדות יטב לב" צווישן אנדערע האט די רב ארויסגעברענגט זיינע הרגישי קודש פונעם געהויבענעם "שבת מירון" זאגענדיג אז טראץ וואס איז בפועל געווען אין "צפת" איז מען אבער געווען אין מירון! ארויסברעגענדיג אז אפילו מען איז דא אבער "אז מען שטיצט מוסדות יטב לב, איז מען אין ארץ ישראל" אויך האט די רב ארומגערעדט איבער די זכרונות פון די דינער'ס פאר יטב לב די לעצטע פאר יאר בימי רביה"ק זי"ע וואס איז פארגעקומען דא אין די זאלן פון "קאנטינעטל" ארויסברעגענדיג הרגישי קודש "..די מראה די פחד און די געפילען וואס מען האט באקומען ווי מען האט געזעהן ווי די רבי ז"ל שטרענגט זיך אן -ער איז שוין נישט געקומען אזוי אפט, כמעט נישט, אבער צום דינער פון "יטב לב" איז ער געקומען און באשיינט די מסיבה.."
די רב האט זיך אויסגעדריקט "עד היום הזה בין איך מכיר טובה פאר מיין טאטן וואס ער פלעגט מיר נעמען צו אלע מסיבות, אפילו מען האט אין חדר אויסגעריפן אז סאיז נישט געמאכט פאר אינגלעך"
צווישן אנדערע האט די רב שליט"א אויך דערציילט א פרעזענליכע מופת וואס ער האט לעצטענס געהאט דורכן שטיצן "מוסדות יטב לב", און ביים סוף פון די דרשה האט די רב ארויסגעברענגט די הרגישים פון שטיצן מוסדות יטב לב און געזאגט "אז ער וויל זיך יעצט מצרף זיין מיט די פרישע שותפים און נעמען די זכות פון "החזקת מלמד לשבוע".

ארום 10:40 אינמיטן די דרשה פונעם רב שליט"א איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען.

נאכן דרשה האט די יו"ר ר' מאיר מרדכי אויסגעריפן אז די אלע וואס נעמען זיך "יעצט ביים מעמד" אינטער א "זכות החזקת מלמד לשבוע" וועלן באקומען די זכות פאר $600 אנשטאט $780 וואס די איבריגע $180 וועט אויסגעצאלט ווערן דורך צוויי חשובע נדבנים ה"ה הרה"ח ר' משה אלעיזר לאנדא און הרה"ח ר' יושע וואלדמאן.

ארום 11:20 האט די רבי משמיע געווען דברות קודש ומשא המעמד און ארומגערדט איבער די חביבות ביי רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע צו "מוסדות יטב לב" וואס איז געווען ביי זיי די חשובסטע מוסדות!! און דאס איז די ערשטע מוסדות וואס רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען נאכן קריג, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן אזא הייליגע מוסד און זיך אויסגעדריקט אז "אלע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל זענען קודש, אבער מוסדות יטב לב דארף מען וויסן איז קודש קדשים!!" און דערנאך געענדיגט מיט גאר ווארימע ברכות הקודש.

נאך די דב"ק האבן די צענדליגע אינגעלייט וואס האבן זיך אינטערגענימען זכות החזקת "מלמד לשבוע" געהאט די זכיה אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטרות פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
עריק עדעמס פאַר מעיאָר, און לינקלן רעסטלער פאר סיטי קאנסול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"א תמוז תשפ"א6/21/2021

בילדער · 3
בקרב קהלתינו הק' "מאנטשעסטער" קומט אין דעי טעג פאר העפטיגע בוי רענאווציעס איבערמאכן און פארשענערן דעם היכל הביהמ"ד הגדול נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד מראשי הקהילה,
בילדער: ארבעט ביים איבערמאכן די פאדלאגע אין היכל הביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
היינט קומט פאר די גרויסע מעמד כינוס אברכי סאטמאר -תושבי ברוקלין למען החזקת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב" בארה"ק, קומט פאר ברוב פאר והדר באולם "קאנטינענטל" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע וועט משמיע זיין די צענטראלע דב"ק ומשא המעמד.

צאו בהמוניכם לטובת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב" דרב"י בארה"ק!!!

אן אווענט וואס איר ווילט נישט פארפאסן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' תמוז תשפ"א6/20/2021

ווידיאו
שישו ושמחו בשמחת התורה

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די רקידי קודש און ביים פארזאגן לדוד מזמור היינט ביים 'הכנסת ספר תורה' וואס איז אריינגעגעבן געווארן צו ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק' קרית יואל, דורך הרה"ח ר' יואל ברב"ב פרידריך לענ בתו ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.

=ארבעט ביי פאזע 2.=

והיו לשם ולתפארת

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.

=ארבעט ביי פאזע 1.=

והיו לשם ולתפארת

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
שישו ושמחו בשמחת התורה

היינט קומט פאר די שמחת 'הכנסת ספר תורה' וואס ווערט אריינגעגעבן צו ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק' קרית יואל, דורך הרה"ח ר' יואל ברב"ב פרידריך לענ בתו ע"ה, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס וועט אפרעכטן די רקידי קודש און פארזאגן לדוד מזמור כנהוג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגח' תמוז תשפ"א6/18/2021

באריכט
תורה תורה חגרו חג

מיט התרגשות האבן טויזנטער אנ"ש תושבי קרית יואל איבערגעפולט די גיגאנטישע "בית רחל אודיטאריום" ביים מעמד אדיר ונשגב סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', רייכע סעודת מצוה נתנדב געווארן דורכן פטרון החבורה בק"י הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, לע"נ חמיו היקר באנשים הר"ר מנחם זאב ב"ר אברהם אבא ע"ה.
די יו"ר המעמד הרה"ג ר' יואל וויינבערגער מנהל קביעית עיתים לתורה האט געעפענט די מעמד מיט גאר שטארקע ווערטער איבער "קביעת עיתים לתורה" בפרט ווי מען זעהט "אריבער 1000" לומדים זענען אנגעשלאסן אינעם חבורה פון "יסודי התורה" אין קרית יואל, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שאול יצחק ליכטענשטיין מחשובי לומדי החבורה בק"י, דערנאך האט אויפגעטרעטן די נואם הכבוד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, במשכן מעמד האט חברת "שירה" מהנה געווען די אלפי לומדים,

ארום 9:45 איז די מייסד ונשיא החבורה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און איז אויפגענימען געווארן דורכן יו"ר המעמד, די רבי האט טועם געווען און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט נגונים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל געלבשטיין מגי"ש בחבורה -וחתן הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין פטרון החבורה,
ביי די דב"ק האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'על כן יאמרו המושלים באו חשבון -באו ונחשוב בחשבונו של עולם' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום, און ארומגערעדט איבער "קביעת עתים לתורה" וואס יעדער דארף האבן א שיעור בקביעות גמור חק ולא יעבור, און ארויסגעברענגט לשבח פון די טויזנטער לומדים בפרט פון דעי וואס שטעלן זיך צום פארהער "..מה נכבד היום" א געוואלדיגע שמחה איז היינט לכל העם הנאספים פה, דעי הונדערטער אידן וואס זענען זיך צוזאמגעקומען חוגג זיין "סיום מס' יבמות" ברוב עם הדרת מלך, א גרויסע ציבור האבן געלערענט גמ מס' יבמות איבערגעחזרט און געשטאנען פאר א פארהער אויף דעי מס', "אשריכם ישראל!! וואויל איז ענק!! ענק האבן זוכה געווען אדורך צו לערנען מס' יבמות מקען זאגן סאיז די שווערסטע מס' אין ש"ס!! א לימוד קשה מאוד!! און אז אזא גרויסע ציבור האבן דאס זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין איז עס באמת א שמחה גדולה!! אשריכם בעולם הזה, וטוב לך בעולם הבא!!"
און אויסגערופן פאר אנ"ש "..היינט צו טאג ווען מען הייבט אן א נייע מס' -מס' כתובות איז "אקרא בקול גדול לכל אנ"ש" זיך צו קומען מצטרף זיין צו די לומדים, "טעמו וראו כי טוב ה'.." און ארויסגעברענגט די נעימות פון לימוד התורה ווען מען לערנט א עמוד בכל יום במתינות "די תורה הקדושה דאס איז אונז מקשר מיטן הייליגן באשעפער דער נותן התורה".

דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט בשבח פונעם פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקביא צבי קליין, "..באו ונחזיק טיבותא פארן פטרון פון דעי חבורה "יסודי התורה" הרבני הנגיד הנכבד עושה פעולות לתורה ביד נדיבה.." די רבי האט ארויסגעברענגט זיין פילע לייסטונגען לרומם קרן התורה ובפרט וואס דער חשובע נדבן בויעט א "בנין מפואר פאר די תלמיד תורה א בנין גדול מאוד", און איבער די איבערבויען און פארשענערן די מקוה אין ביהמ"ד הגדול,

און ארויסגעברענגט "..די חשובע נדבן ר' עקיבא הערש זז"ג וואס די תורה איז חביב עליו, ער האט זוכה געווען צו זיין די פטרון פון דעי חבורה א גרויסע חבורה! א חשובע חבורה! כוועל זאגן ער איז פון די מזכה את הרבים!! ווייל ווען מען טראכט אריין באמת די פירות פון דעי חבורה "יסודי התורה" איז אלע חבורות אין אלע קהילות קדושות בישראל!! "דעי חבורה דאס איז די טאטע פון דעי אלע חבורות" און די אלע חבורות פון אלע קהילות קדושות בישראל זענען די תולדות!! די פירות וואס מען האט זיך אפגעלערנט!! מען האט געזעהן די הצלחה פון דעי חבורה און מען האט עס נאכגעטוען!! "און אונז זאג מיר פאר דעי אלע 'מיר האבן נישט קיין קאפיריי"ד..' יעדער איינער האט א רעכט נאכצומאכן יעדער זאל נאכמאכן, יגדיל תורה ויאדיר", דערנאך האט די רבי מסיים געווען מיט ברכות קדשו "בברכה המשולשת בתורה" פארן חשובע פטרון, פאר די עסקנים, און פאר אלע לומדים.

נאך די דב"ק האט די רבי געמאכט די סיום און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט לכבוד שמחת התורה ולומדיה, ארום 10:50 האט מען געבענטשט, און די רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי די רבי האט געדאווענט מעריב, נאך מעריב האט די רבי געמאכט קידוש לבנה.

שישו ושמחו בשמחת התורה כי היא לנו עוז ואורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגז' תמוז תשפ"א6/17/2021

בילד
שישו ושמחו בשמחת התורה

"די טויזענטער לומדי החבורה בקרית יואל" ביים די פייערדיגע ריקודים בשמחת התורה"

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
שישו ושמחו בשמחת התורה

די גיגאנטישע אולם הגדול "בית רחל אודיטאריום" פראכטפול צוגעגרייט צום רייכע חגיגת "סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות" בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "קרית יואל"

די סעודה לכבודה של תורה איז נתנדב געווארן דורכן פטרון החבורה בק"י הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ויוט היו עושין

סדר הבאסעס /פארקינג/און נאך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס