זמני הדלקת הנרות וסידורו של שבת קודש שבת חנוכה, ר"ח טבת בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ב כסלו תשפ"ב11/26/2021
באריכט
שירו לה' שיר חדש תהלתו בקהל חסידים
במקהלות רבבות בית ישראל זענען זיך צונויף געקומען אנ''ש תלמידי וחסידי סאטמאר ובראשם כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בליל ההודאה כ''א כסלו אפצייכענען און פייערן דעם יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע, אינאיינעם מיט'ן מעמד נשגב 'ונרוממה' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר, אינעם גיגאנטישן ריזן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטערפראנט סקווער אין וומסב"ג.
דער ריזן שאטער איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.
דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה די בארימטע שירה כאאר און ר' מענדי הערשקאוויטש. אזוי אויך האבן מהנה געווען דעם ציבור, די אויסגערופענע חזנים הרב שלמה זלמן הורוויץ הי''ו און הרב יואל אויש הי''ו אינאיינעם מיט'ן ילד הפלא.
לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס 'אשרינו' פון נאנט צו 150 זייטן מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.
אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרה''ג ר' יעקב ישראל ישורין רובין שליט''א ר''מ בישיבתינו הק' באר התורה. עס האט אויפגעטרעטן בשם הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו. הרבני הנגיד ר' דוד מאיר ברוך ווייס הי''ו האט פארגעלערנט משניות און געזאגט קדיש לע"נ אביו החשוב ע"ה.
ארום 9:00 האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הגה''צ אבד''ק ור''מ קהלתינו וומסב''ג שליט''א וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם חיוב ההודאה וואס יעדער סאטמארע חסיד דארף אפגעבן אין דעם טאג, און ארומגערעדט באיכות מוסדותינו הק' אין וומסב''ג און איבער די הרחבת גבולי הקדושה סיי אינערהאלב די קהילה און אין די מוסדות.
ביים אנקומען אין וומסב''ג צום מעמד איז רבינו שליט''א אריין אין א זייטיגע צימער ווי עס זענען אריין צום רבי'ן דער מעיאר עלעקט עריק עדעמס אין באגלייטונג פון די ראשי העסקנים אין שפיץ פון העסקן הדגול הרב נפתלי משה אינדיג. דער רבי האט זיך באדאנקט פארן מעיאר און ארומגערעדט איבערן גזירות החינוך אין ניו יארק. דערנאך זענען אריין פילצאליגע פאליטישענס און נדבני המוסדות וועלכע העלפן ארויס קהלתינו ומוסדותינו הק'. דער רבי שליט''א האט זיך באדאנקט און ווארעם געוואונטשן.
ארום 9:30 האבן רבבות אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל.
נאכדעם האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה א חשובער גאסט הרה''ג ר' יצחק מאיר שטערנבוך שליט''א מחשובי ראשי הישיבות והמשפיעים בארה''ק. דערנאך האט ממשיך געווען מיט'ן דבר ההנהלה הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו און אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת די מוסדות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ' כסלו תשפ"ב11/24/2021
נייעס
בך בטחו אבותינו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט אין די יעצטיגע מינוטען אן צום מעמד ההודאה כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל אינעם גיגאנטישער ריזן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.
מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די בעקאפ נאמבערס 339-207-8688 727-731-5985
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ז כסלו תשפ"ב11/21/2021
ווידיאו
די גיגאנטישער ריזן שאטער אויפגעשטעלט צום מעמד המרומ"ם סעודת הודאה כ''א כסלו "ונרוממה" ודינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג, ביום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע במעמד רבבות אלפי ישראל
ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל ברנה יתפאר שמך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
דאנערשטאגי"ד כסלו תשפ"ב11/18/2021
מודעה
מעמד המרומ"ם סעודת הודאה כ''א כסלו "ונרוממה" ודינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג, ביום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע במעמד רבבות אלפי ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
פרייטאגח' כסלו תשפ"ב11/12/2021
מודעה
כולל תורה ויראה דקהלתינו הק' וומסב''ג.
מודעה
סעודת הודאה כ''א כסלו "ונרוממה" ודינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע אכט טויזענט תלמידים ותלמידות בליעה''ר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
דינסטאגה' כסלו תשפ"ב11/9/2021
מודעה
מיטוואךכ"ח מרחשון תשפ"ב11/3/2021
בילד
דער נייע ערוועלטער מעיאר פון ניו יארק סיטי 'עריק עדעמס' מיט העסקן הנודע לשם ולתהילה הרה''ח ר' נפתלי משה אינדיג הי''ו מראשי חברי ק''ק סאטמאר וויליאמסבורג נעבן אים, ביי זיין זיגרייכע אויפטריט נעכטן נאכט.
דער מעיאר האט ארויסגעברענגט זיין הכרת הטוב פאר די שטיצע און אינדארסירונג פון די ראשי הקהילה והמוסדות ד'סאטמאר, הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו און הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מאנטאגה' מרחשון תשפ"ב10/11/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת הוואכנאכט פון א איר אייניקיל ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד לנכדו הרב יואל ט"ב בן הגה''צ אבד"ק ור''מ וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ אבד"ק לינסק שליט''א קומט פאר אין ביהמ''ד משיב כהלכה לינסק אין בארא פארק.
די שמחת הברית מילה קומט פאר מארגן דינסטאג ארום 12:30 בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, און דערנאך די סעודת הברית לכל הקהל הקודש. ווי דער גרויסער זיידע כ''ק מרן רבינו שליט''א וועט מפאר זיין בראש השמחה.