בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגי"ד תמוז תשפ"א6/24/2021

מאנטאגד' תמוז תשפ"א6/14/2021

נייעס
קא עבידנא יומא טבא לרבנן

היינט קומט פאר די חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת "יסודי התורה" בקרב קהלתינו הק' מאנסי בשעה 7:30 אינעם פראכטפולע זאלן פון גרענ"ד ווי"א טערע"ס, בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, אלס נועם הכבוד וועט דינען הגה"צ גאב"ד מאנטשעסטער שליט"א.

שישו ושמחו בשמחת התורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגג' תמוז תשפ"א6/13/2021

נייעס
שישו ושמחו בשמחת התורה
היינט קומט פאר די שמחת הכנסת ספר תורה בקרב קהלתינו הק' מאנסי געשריבן דורך בני קהלתינו לע"נ האברך ר' יואל ראטה ע"ה, די ס"ת גייט ארויס פון שטוב פון הרה"ח ר' יעקב חזקי מארקאוויטש בשעה 6:30, אויפן וועג צו בית מדרשינו הגדול, בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, און נאך די ריקודין של מצוה וועט פארקומען די סעודה לגומרה של תורה אין די זאל פון פאפא ת"ת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ו סיון תשפ"א6/6/2021

מודעה
היינט קומט פאר די צענטראלע 'שבע ברכות' פאר החתן בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פונעם רב שליט"א קומט פאר באולם ווילחאוויץ.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"א סיון תשפ"א6/1/2021

מודעה
סדר הבאסעס פון בית מדרשינו הגדול מאנסי צום שמחת החתונה פון החתן בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ז סיון תשפ"א5/28/2021

מודעה
קהל יטב לב דסאטמאר מאנסי מיט ברכת מזל טוב פאר הגה"צ רב הקהילה שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
סדר "שבת של שמחה" בקרב קהלתינו הק' מאנסי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
קול צהלה ורנה שפתינו אז תרננה

דעם שב"ק קומט פאר די "שבת של שמחה" בקרב קהלתינו הק' מאנסי שבת עלי לתורה פון החתן הרב ישעי וואזנער יונגסטע זון פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו הק' מאנסי שליט"א אייניקל פונעם פוסק הדור הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל, מיט די כלה בת הרה"ג ר' ליפא גרויס בן הגה"צ ר' אלי מקערעסטיר בערבעשט, וחתן הגה"צ ר' אברהם ווייס מפרעשבורג, קומט פאר בבית מדרשינו הגדול מאנסי.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ד סיון תשפ"א5/25/2021

בילדער · 2
די הונדערטער אנ"ש תושבי מאנסי ביים דינער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
יערליכע דינער 'תבנה ותכונן' לטובת "מוסדות סאטמאר מאנסי" מיט אירע אריבער 1,500 קינדער בליהע"ר, פארגאנגענעם דאנערשטאג במדבר אין די זאלן פון אטריו"ם פלאז"א בראשות די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

די יו"ר המעמד הרה"ח ר' אהרן ארי אייזענבערג ביי זיין דרשה, און די דרשה פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א.
די עסקנים ביים צוזאם-נעמען די נדבות פונעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגג' סיון תשפ"א5/14/2021

נייעס
בוצינא דנהורא בריך מתייך לשלם

היינט ביים דינער לטובת מוסדותינו הק' מאנסי איז געמאלדן געווארן אז הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה וויילן דעם קומענדיגן שב"ק שופטים ו' אלול יומדהל"ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זיעוכי"א בקרב קהילתינו הק' מאנסי, מער פרטים וועט נאכפאלנגן.

צהלי ורוני יושבת מאנסי, הנה מלכך בא

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יעצט ביים דינער לטובת מוסדותינו הק' מאנסי האט די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דברות קודש ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון "סאטמאר מאנסי", און איבער די הרחבת גבולי הקדושה ווען ס'וועט בקרוב געבויעט ווערן א פרישע ביהמ"ד פאר קהלתינו הק' מאנסי, און געבעטן אנ"ש זיך צו האלטן צוזאמען דוקא בבתי מדרשינו איבער די שטאט.

דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די מוסדות וואס בליעט לשם ולתפארת "און אז כהיום קען מען נישט אנ-נעמען נאך קינדער אין די מוסדות, צוליב דעם וואס איז נישטא קיין פלאץ אין די בנינים! און געמאלדן די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ווען סווערט געבויעט בנינים אדירים פאר די מוסדות און די ווערט פון "פיפציג מיליאן דאללאר" און דערמאנט אז אין כתה ט' פון די מוסדות איז שוין דא עטליכע חדרים! וואס דאס מיינט אז אויף קומענדיגן זמן החורף וועט זיך עפענען א נייע סניף אין די ישיבה קטנה! און דערנאך מסיים געווען מיט ברכות קדשו.

ופרצת ימה וקדמה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס