שוין אהנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבייט ביים בנין בית מדרשינו המפואר אינעם נייעם הערליכן ישוב לינדען יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגג' סיון תשפ"ג5/23/2023
באריכט
אינהאלטסרייכע מעמד 'שלום העיר סעמינאר' פארגעקומען דעם זונטאג נשא א' פאר אברכי אנ''ש בקרב קהלתינו הק' בלאנדאן יצ"ו, וועלכע ווילן זיך ארויסציען קיין קענווי איילענד צוליב דעם שווערן דירות קריזיס אין לאנדאן. צוגעשטעלט דורכ'ן 'וועד לעניני דיור' שע''י התאחדות אברכים דקהלתינו הק' בקענווי איילענד יצ''ו.
צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א, און הרה''ח ר' יושע לייב לעווי הי''ו ממייסדי קהלתינו ומוסדותינו הק' אינעם נייעם בליענדן שטאט לינדען ניו דזשערסי, בנושא: דער סוד פון הצלחה אינעם נייעם ישוב לינדען.
אין אן איבערראשענדען שריט האט הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו הי''ו געמאלדן אז ער איז מנדב דעם נייעם בנין ביהמ''ד דקהלתינו הק' וואס וועט בקרוב געבויעט ווערן אין קענווי איילענד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגו' ניסן תשפ"ג3/28/2023
בילדער · 8
מעמד חתימת שטרות לבית מדרשינו החדש והמפואר אין לינדען יצ"ו, פארגעקומען בבית הרבני הנגיד ר' אהרן דוד יקותיאל ווייס הי"ו חבר הנהלת מחנות רב טוב, ווי הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו ובנו ר' אהרן דוד יקותיאל הי"ו האבן אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ד אדר תשפ"ג3/17/2023
באריכט
אן אייגענארטיגע הערליכער מעמד איז פארגעקומען אין לינדען, ניו דזשערזי יצ"ו, מיוחד בלויז צווישן די ארטיגע תושבים מאנשי שלומינו, מיט די השתתפות פון ראשי קהלתינו פון גרעיטער ניו יארק, לטובת בנין ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק', ווי ס'איז געשאפן געווארן דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער צוויי מיליאן דאללאר, וואס בערך העלפט דערפון - א מיליאן דאללאר - איז מנדבת לבם פון אברכי קהלתינו תושבי לינדען יצ"ו וועלכע האבן מנדב געווען און געקויפט זכותים אינעם נייעם בנין בית מקדש מעט.
די איבעריגע גרעסערע סכומים זענען נתנדב געווארן דורך די חשובע אישי הציבור הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו ובניו, הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, מראשי קהלתינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"א אדר תשפ"ג3/14/2023
מודעה
שוין אהנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבייט צום בנין המפואר דבית מדרשינו קהל יטב לב דסאטמאר לינדען ניו דזשורזי יצ"ו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
זונטאגי"ד שבט תשפ"ג2/5/2023
בילדער · 4
דינער הראשונה למוסדותינו הק' בעיר לינדען, ניו דזשורזי יצ"ו, בראשות נשיא המוסדות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
פרייטאגי"ב שבט תשפ"ג2/3/2023
מודעה
דינער הראשונה למוסדות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בעיר לינדען, ניו דזשורזי יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
פרייטאגג' מרחשון תשפ"ג10/28/2022
מודעה
מאנטאגט"ז אלול תשפ"ב9/12/2022
בילדער · 4
מעמד פתיחת שערים וקביעת מזוזה בקרב מוסדותינו הק' בלינדען ניו דזשערסי בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
זונטאגט"ו אלול תשפ"ב9/11/2022
מודעה
פרייטאגט' תמוז תשפ"ב7/8/2022
בילדער · 2
עסקני קהלתינו הק' פון לינדען ניו דזשערזי, בקודש פנימה ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לרגל פתיחת מוסדותינו הק' בעיר לינדען אויף קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט,
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"א7/23/2021
מודעה
מזמור שיר חנוכת הבית
דעים שב"ק שבת נחמו קימט פאר די "שבת חנוכת הבית" פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי סאטמאר אינעם נייעם חרדישן יושב אין לינדען ניו דזשערסי וועלעכע איז נתייסד געווארן בברכות הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, פאר אנ"ש חסידי סאטמאר תושבי לינדען .
לרגל דעם "שבת חנוכת הבית" וועט הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א מרבני כוללינו תורה ויראה בוויליאמסבורג ומגי"ש בקהלתינו הק' פירן דעם שבת און מהנה זיין מיט זיינע געוואלדיגע דרשות.