בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Simchas Rabbeinu

← Show all

Friday12 Cheshvan 578710/23/2026

Report
מאנטאג לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יעקב מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג.

בחדרו הפרטי האט דער רבי ממנה געווען עטליכע בחורים פון יעדע סניף וועלכע זאלן זיין ממונה אבאכט צו געבן און מעורר זיין די חתנים צו נעמען נאר ערליכע מוזיק ביי זייערע חתונות, דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זינגען און טאנצן נאר אויף ערליכע און חסידישע מוזיק ביי א חתונה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 1:45 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ספעציעלע אויפנאמע פארן הויכגעשעצטע גאווערנער האוקל יר"ה ארויס צו צייגן די הכרת הטוב וואס די חרדי'שע אידנטום האט פארן גאווערנער פארן אדורכפירן דעם גינסטיגן געזעץ פארגאנגענע יאר לטובת דעם חינוך הטהור אין ניו יארק.
עס זענען אנוועזנד געווען די הנהלת הקריה, ראשי הקהילה והמוסדות, אינאיינעם מיט עסקני קהלתינו הק' און כלל טוער פון אנדערע שטעט, צווישן אנדערע הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו, הרה"ח ר' יודא לייב זארגער הי"ו, און דער חרדי'שער אסעמבלימאן פון בארא פארק בנש"ק הרה''ח ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו.
איידערן אויפנאמע איז די גאווערנער אריבער צו די בניני הבית רחל ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן בפקודת הקודש פון רבינו שליט"א א מלכות'דיגע אויפנאמע דורך די אריבער 6500 תלמידות בלע"ה לכבוד המלכות, און דערנאך איז די גאווערנער אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א ווי די גאווערנער איז ענטפאנגען געווארן דורך הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה מיט די ריכטיגע כבוד המלכות.

די גאנצע אויפנאמע איז אהערגעשטעלט געווארן בדרך כבוד בחדרו הפרטי פון רבינו שליט"א ווי דער רבי איז געזיצן אויף איין טיש מיט אלע עסקנים וראשי קהילה והמוסדות, און די גאווערנער איז געזיצן אויף א באזונדערע טיש אינאיינעם מיט הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה.
צום ערשט האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פארן העלפן פארטיידיגן דעם חינוך הטהור, און זיך באדאנקט פאר די שטענדיגע הילף פונעם גאווערנער ביי יעדע פראבלעם, דערנאך האבן די עסקני והנהלת הקריה אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר די גינסטיגע האוזינג הילף דורך די רעגירונג וועלכע העלפט שטארק ארויס צו בויען גרעסערע דירות פראיעקטן, און גיבט געלט פאר די אינפאסטרוקטור, וואסער, און סוער פראיעקטן וועלכע קומען מיט דערמיט, און מען האט דערביי געבעטן די גאווערנער צו פארזיכערן אז ביוראקראטישע שטערונגען זאלן נישט שטיין אין וועג אויפצוהאלטן ביליגע דירות פראיעקטן, ביים ענדיגן האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת הקודש צו די בעפארשטייענדע וואלן און דערביי האט די גאווערנער צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף מיט אלעס וואס איז מעגליך במשך די קומענדיגע פיר יאר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אנוועזנדע עסקנים, מען האט געענדיגט ארום 2:10.

דערנאך איז העסקן הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו געבליבן בקודש פנימה און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לטובת הכלל והפרט, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן ווי ער לויפט פאר ווידערוויילונג פאר אסעמבלימאן פון ב"פ.
נאך דעם באזוך איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.

שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט''א מאלכסנדר חתן הגה"צ רבי יחיאל האלבערשטאם שליט''א אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ, וחתן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א

ארום 3:10 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג .
ביים אנקומען בערך 4:40 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו (קר"י).
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביום החופה.

נאך מנחה ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך דעם קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פארן גאנצן ציבור.

דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון קראסנא, דער רבי האט געבענטשט דעם חתן און נאכן זמן צאת הכוכבים מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר"י), און הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו.

ארום 7:20 איז מען ארויס צום חופה. וואו רבינו שליט''א מכבד געוועהן.
- סידור קידושין: דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ שליט"א.
- קריאת הכתיבה: דער זיידע הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר.
- ברכות ראשונות: דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
- ברכה אחריתא: דער זיידע הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, ראש הכולל.
- עדי קידושין: הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
- עדי יחוד: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א, הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א לחיים און געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.

ארום 9:10 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד ארום 10:15, און איז אריבער לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

בביתו נאוה קודש איז אריבערגעקומען הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון הרה"ק רבי שמואל מגארליץ זי"ע װאס די יארצייט איז געפאלן אויפדערנאכט ט' חשון, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט די נייע מנהלים וועלכע זענען נתמנה געווארן די זמן אין צוויי סניפים פון די ישיבות קטנות אין וומסב''ג, הרה"ג ר' שמחה רובין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א אלץ מנהל ישיבה סניף נזר התורה, און הרה"ג ר' חיים דוד פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מקארלסבורג מאנטרעאל שליט"א אלץ מנהל ישיבה סניף חכמת התורה, און עטליכע מחברי ממלכת התורה.
דערביי האט דער רבי שליט''א געהערט א באריכט פון די מנהלים וויאזוי דער נייער זמן האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע מנהלים און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת ממלכת התורה.

ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ.
- ברכת המזון הגה"צ אבד"ק ור"י אלכסנדר שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ ר' אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און דערביי עקסטער געטאנצן מיט חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday7 Cheshvan 578710/18/2026

Report
פרייטאג ערש''ק נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' שמעון ב"ר יעקב קאפל סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די לומדי כולל לחתנים שע"י מבצר הכוללים אין ביהמ"ד ארגענטינע. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נפתלי יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
- ב"ר שמעון שווארץ הי"ו.
- ב"ר ארי' וויינבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים, און אלע חתנים לומדי הכולל, און משמיע געווען דב"ק והדרכה און מעורר געווען אויסצוניצן די חדשים אלץ חתן זיך צוצוגרייטן צום חתונה מיט אן ערנסטקייט און מיט לימוד התורה, און זיך מונע זיין פון אלע טעכנעלאגישע כלים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️


שב''ק פרשת נח - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל צבי שליט"א מאלכסנדר וחתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
- החתן נפתלי צבי בהר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט"א.
- החתן דוד ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו.
- החתן אברהם יעקב ב"ר שלום משה פעלדמאן הי"ו.

נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, דערביי זענען אנוועזנד געווען די זיידעס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די אנדערע זיידעס הרבנים שליט"א און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים, און מען האט געזינגען כנהוג.

ארום 6:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ר"י דושינסקיא בארה"ק.
מען האט געענדיגט ארום 8:20. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסדות תפארת יעקב אין בני ברק עטה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- כל מקדש: הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר.
- מנוחה ושמחה: הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאוהעל.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין.

- קה אכסוף: דער מחותן הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א.
- ברכת המזון: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המאור עינים זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג י"א חשון.

- קה רבון עלם: הרה"ג ר' שמואל זלמן שפיטץ שליט"א אב"ד דושינסקיא הר יונה.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר אהרן זינגער שליט"א (ירושלים).
מען האט ממשיך געווען צו טאנצן מיט ניגוני שמחה.
מען האט געענדיגט ארום 11:55.

וביום השבת

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה חיים בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרב הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו בני ברק.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו (מאנסי).
עליות.
- כהן: ר' אברהם יודא כ"ץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הרה"ח ר' מרדכי לעווינגער הי"ו.
- שלישי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
- רביעי: הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א.
- חמישי: החתן נכד רבינו הרב יואל דושינסקיא שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' אברהם אלי' פריעדמאן הי"ו.
- ר' מנחם נחום ראזענבערג הי"ו.
- ר' אפרים פישל מענדלאוויטש הי"ו.
- ר' אברהם ברמ"ז שטערן הי"ו.
- ר' יעקב בר"ב גלאנץ הי"ו.

- שביעי: הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
- הוספות: החתן שמואל זאנוויל בהר"ר יצחק קויפמאן שליט"א - באווארפען.
- החתן דוד ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו - באווארפען.
- החתן אברהם יעקב ב"ר שלום משה פעלדמאן הי"ו - באווארפען.
- החתן אהרן דניאל ב"ר יואל מאסרי הי"ו - באווארפען.
- החתן שמעון ב"ר יואל ברי"ל מאשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א.
- הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- החתן משה ב"ר יעקב יושע כהנא הי"ו.
- החתן בנציון ב"ר אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו.
- החתן יואל יושע בן הר"ר אליעזר ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- החתן חזקי' פייביל ב"ר שמחה ישראל וויינבערגער הי"ו.
- החתן אפרים משה ב"ר יואל בר"ל גראס הי"ו.
- הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער הי"ו.
- הגבה: הר"ר יצחק קויפמאן שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל מאסרי הי"ו.
- החזרת הס"ת: הרה"ח ר' ישעי' מרדכי בלייך הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל ב"ר יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויף די מסורה 'ואתם פרו ורבו' 'ואתם הדבקים בה' אלקיכם' 'ואתם תהיו לי ממלכת כהנים' און געטייטשט אז טראץ דעם וואס נשים זענען נישט מצוה אויף פריה ורביה אבער וויבאלד מען קען עס נישט מקיים זיין אן זיי האבן זיי אויך א מצוה, דאס זעלבע איז ביי א איד וויבאלד די נשמה קען נישט מקיים זיין קיין מצוות אן די גוף האט די גוף אויך א קדושה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.

דעם מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינעם זאל בביתו נאוה קודש.
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- ברוך ה' יום יום: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א (ב"פ).
- ברוך קל עליון: הר"ר יושע שלום פריעדמאן שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.

- ברכהמ''ז: הגה''צ ר' שמואל צבי זינגער שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 2:40.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
- בעל תפילה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
- כהן: הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה בר"ע הירש הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר אהרן זינגער שליט"א.
נאכן ליינען האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געמאכט די מי שברך למי שהמתענין בה"ב.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז יעדער איד איז מקושר צו א אות אין די תורה הק' און דאס איז מושך חיות פאר יעדן איד און אזוי האט מען א דין ווי א בעל חי און עס ניצט תשובה און מען זאגט נישט נראה ונדחה אינו חוזר ונראה, און ממשיך געווען מיט דברי מוסר און מעורר געווען אז מען האט יעצט אנגעהויבן א נייעם זמן יעדער לפי בחינתו און מעורר געווען איינצוהאלטן די קבלת טובות בעניני לימוד התורה ובפרט מיט לימוד התורה באשמורת הבוקר און אזוי וועט מען זוכה זיין צו באקומען א חיות דקדושה פון די תורה הק'.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה לכבוד די שמחה בבית רבינו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:05.

נאך הבדלה האט דער רבי פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען און צונעמען די סוכה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:45 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' חיים יודא דייטש שליט"א אב"ד חוג חתם סופר פתח תקוה וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק אין קר"י לרגל נישואי נכדתו אצל בנו הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער זכרונות פון די שטאט סאטמאר נאך די צווייטע וועלט מלחמה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:20 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו חבר וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב לרגל נישואי בנו למז"ט. דערביי זענען אנוועזנד געווען די חברי וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה"ק, און איבער דעם גזירת הגיוס בארה"ק און די בעפארשטייענדע בחירות הטמאות אין ארה"ק.
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי די חברי וועד בעלי בתים האבן אינטערגעשריבן די שטרות אפצוקויפן גרויסע זכותים אינעם בנין קהלתינו ומוסדותינו הק' אין בני ברק יצ''ו וועלכע ווערט פראכטפול איבערגעבויעט.
צווישן אנדערע האבן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו זיך מתחייב געווען אינאיינעם דעם פאנטאסטישן סכום פון 2.5 מיליאן דאללאר, און אפגעקויפט דעם זכות בנין התלמוד תורה.
הרבני הנגיד ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו, הרבני הנגיד ר' יואל בערנאטה הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו, הרבני הנגיד ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו, און נאך 2 אידן הרוצים בעילום שמם האבן אינאיינעם זיך מתחייב דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער 3 מיליאן דאללאר און אפגעקופט דעם זכות בנין ביהמ"ד.
אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען דער סכום פון קארגע זעקס מיליאן דאלער!.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדן באזונדער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:10.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער חתונה תקנות און מנהגי נשואין.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:35.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר מאיר מרדכי גלאנצער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ח. דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד משה ני"ו בן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א אינאיינעם מיט בתו הכלה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג לך, עב"ג החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די גרויסע יחוס פון די חתן וכלה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין הרה"ג ר' גבריאל יודא אילאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה באר התורה אינאיינעם מיט תלמידי שיעור א' שנת תשפ"ו, וועלכע האבן געברענגט א ספר מיט די חידושים וועלכע זענען נתחדש געווען ביים שיעור עיון אין מס' פסחים במשך דעם פארלאפענעם יאר, דער רבי האט מעיין געווען אינעם ספר מיט א קורת הנאה און אויסגעשמועסט עטליכע חידושים אין פארשידענע סוגיות אין די מסכת. און דערנאך מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday30 Tishrei 578710/11/2026

Report
שב''ק פרשת בראשית - מברכים חודש חשון - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בבית האכסניא פון הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין קרית יואל המורחבת

איו די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בבית האכסניא א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו מיוחד פאר ארון קודש בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א, און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' נפתלי הירצקא הי"ו ובני משפחתו, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה עטליכע מינוט, מיט גלילה איז מכובד געווארן אביו משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ לכבודה של תורה.

ארום 6:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 8:15. און דער אנוועזענדער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת.

די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.
ארום 10:00 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה.
- כל מקדש: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
- מנוחה ושמחה: הר''ר בנימין ליכטנשטיין שליט''א (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן שילוב סוף התורה לתחילתה, לעיני כל ישראל - בראשית ברא, און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למסורת.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
- ברכת המזון: הרה"ג ר' שמעון דייטש שליט''א רב דביהמ''ד שערי חיים בשכונת חכם צבי קר''י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק מרוזין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ג' חשון.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' גרשון שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג).
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל ברמ"י קליין הי"ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 12:00.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:00.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר''ר בנימין ליכטנשטיין שליט''א.
- שחרית: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

פארן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש בשמחה והתרוממות און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

- פתיחה: הרה''ח ר' יעקב מנחם בערקאוויטש הי''ו.
- בעל קורא: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
עליות.
- כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
- לוי: הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
- אחרון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט''א.
- מפטיר: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- הגבה: הר''ר אברהם לייב לאנדא שליט''א.
- גלילה: הב' אברהם אבא ב"ר וואלף פערל הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות.
- הולכת הס"ת לארון הקודש: ר' אברהם יושע העשיל גאלדשטיין הי"ו.

- מוסף: הרה''ח ר' יואל קליין הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא בהיכל ביהמ"ד לרגל די הכנסת ס''ת, דער רבי האט געמאכט קידוש און מען האט געזינגען ניגוני שמחה וניגוני תורה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה''ח ר' נפתלי הירצקא הי''ו ובני משפחתו.
אויך האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת קידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל נכדו הר''ר חיים צבי טייטלבוים שליט''א פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג, ויקרא שמה בישראל 'מלכה' נאך הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זיע''א און דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
- בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- בעל קורא: משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: ר' אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרב נחמן בראך שליט''א (בית שמש).
- הולכת הס"ת לארון הקודש: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלאנדער הי"ו

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה''ג ר' יואל ברש"נ ווייס שליט''א רב דביהמ''ד פקודת הלוי בשכונת בית יוסף (דזשעפערסאן).
- שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און געטייטשט אז דורך לימוד התורה וואס אפילו אחד שיושב ושונה הקב"ה עמו, קוקט הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו אויף א פגם העבירה לויט ווי עס קוקט אויס אויף די וועלט, און נישט אזוי גרויס וויאזוי עס קוקט אויס בעולמות העליונים, במילא ניצט תשובה, און מעורר געווען אז מען שטייט יעצט נאך א חודש אלול און תשרי און בעפאר א לאנגע ווינטער זמן, יעדע איד האט תשובה געטוהן אויף זיינע עבירות און אזוי אויך האט יעדער זיך מקבל געווען קבלת טובות בעניני לימוד התורה, איז יעצט די צייט צו אפצאלן די קבלת טובות און עוסק זיין בלימוד התורה און אזוי זוכה זיין צו הקב"ה עמו און דורכדעם וועט מען זוכה זיין אז זיין תשובה פון די ימי אלול ותשרי זאל נתקבל ווערן ביי הקב"ה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: ר' נפתלי סופר הי"ו.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:45, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה בבית האכסניא.

ארום 12:30 האט דער רבי משמיע געווען דב''ק דורך א הוקאפ ביים סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין און זענען געשטיגן מעלה מעלה בעבודת השם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלום נויפעלד הי''ו.
- ב"ר מנחם מענדל אפענהיים הי''ו.
בעל תפילה: הב' אהרן מנחם ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב דוד טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א וחתן הגה''צ רבי אברהם יודא לעוו שליט''א אבד"ק ור"י תפארת אליעזר.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
- סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: דער זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל' נאכן עלטער זיידן הגה''צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בבית האכסניא אינאיינעם מיט די בני המשפחה, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערב שבת, דערביי האט זיך פארמירט שיינע שמועסן מיט די זיידעס הרבנים שליט''א איבער די מקור פון די נאמען 'יקותיאל יהודה' און איבער דעם מנהג פונעם צאנזער רב זיע''א צו פירן טיש אום ערב שבת.
ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק בעניני ברית מילה, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און דע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה.
- ברכהמ''ז: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday28 Tishrei 578710/9/2026

Report
ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, מערבית: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ קהלתינו ב''פ.

אום 9:30 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון רבבות אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: פתיחת הארון: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי''ו (וומסב''ג).

מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן למנצח.

מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב
בערך 9:45 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן עבודת קדשו מיט די ריקודין פון די געהויבענע הקפות, ירוץ עבדך כמו איל ישתחוה מול הדרך בהתלהבות ורשפי אש קודש ובשמחה של מצוה, בראש קהל קדושים רוגשים, די אריבער א רבבה תלמידים וחסידים שעות ע''ג שעות בשמחת התורה, אשרי עין ראתה אהלינו בשמחת קהלינו.

אום 11:15 האט מען געענדיגט די הקדמה און אנגעהויבן די ערשטע הקפה.
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן די זעקסטע און זיבעטע הקפה נאר אויפן בימה.
במשך יו"ט ביי אלע הקפות וואס דער רבי האט געטאנצן אויפן בימה זענען ארויפגעקומען אויפן בימה הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א און בני רבינו שליט''א, ווען דער רבי האט מקיף געווען די בימה בשעת אמירת הקפות.

ביי די זיבעטע הקפה האט מען מכבד געווען די פולע געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה.

נאך די הקפות נאך עלינו האט דער רבי געוואונטשן במאור פניו גוט שבת גוט יו''ט, פארן גאנצן ציבור אין אלע זייטן פון ביהמ''ד. מען האט געענדיגט 1:05.

ארום 2:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם זאל בביתו נאוה קודש.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און פארציילט א לענגערע צייט זכרונות פון די תפילות און טישן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א פון שבתים און ימים טובים, און זכרונות פון יו"ט הושענה רבה און שמחת תורה.

ארום 2:40 האט דער רבי אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו.
- אשת חיל: נכד רבינו החתן יחזקאל שרגא טייטלבוים ני"ו בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
- הגבהת הכוס: הרה''ג רבי משה הורוויץ שליט''א (ב''פ) חתן הגה''צ רב דביהמ''ד 15'טע עוו. שליט''א.
מען האט געזינגען ניגוני תורה מיט גרויס שמחה.

- כל מקדש: הר''ר יואל בן הגה''צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט''א (לאנדאן).
- מנוחה ושמחה: הר''ר יואל ברי"ב שטערן שליט''א (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וביום השמיני עצרת תהיה לכם' און געטייטשט אז ראש השנה און יום כיפור ווערט מכופר די פגם פון די עבירות און דורך ריקודין של שמחה אום שמיני עצרת ווערט מכופר די פגם אויף די צייט ווען מען טוט אן עבירה, און מען באקומט צוריק די מצוות וואס די חיצונים האבן אוועקגענומען.

- קה אכסוף: הר''ר יוסף מאיר שמידמאן שליט''א (מאנסי).
- ברכהמ''ז: בעל שמחה נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון בן הנולד אצל נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א, דער רבי האט טועם געווען באנדלעך און ביר, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר לבן הנולד אצל ר' יקותיאל מנשה ב"ר יואל ברא"ז פריעדמאן הי''ו.
- אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ישראל יאקאב הי''ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 4:00.

יום שמיני עצרת

שמיני עצרת אינדערפרי ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יוסף פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

- ברכות: הגה"צ ר' נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן.
- פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית והלל.

- הוצאה והכנסה: הרב חיים הערש בן הרה"ג רבי סיני טייטלבוים שליט"א (ב"פ) און הרב זלמן לייב בן הרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א (וומסב''ג) - נכדי הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה.
- הולכת הס"ת לבימה: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ) און הרה"ח ר' ישראל יעקב פאללאק הי"ו (וומסב''ג).

- כהן: הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
- שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- רביעי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- חמישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל.
- ר' שמואל ב"ר אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב''פ).
- ר' מענדל ב"ר יואל ברב"י ווייס הי"ו.
- ר' יואל ב"ר יצחק טייטלבוים הי"ו.
- ר' ישראל דוד ברז"ל קאפפעל הי"ו.
- ר' יעקב ב"ר אברהם משה לאנדא הי"ו.
- ר' יחיאל אלטר ב"ר אברהם משה טויב הי"ו.

- שביעי: הרה''ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי"ו (לאנדאן).
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו מראה"ק בלאנדאן.
- גלילה: הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הר"ר אברהם יואל לעפפלער שליט"א (וומסב''ג).
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו (סיגעיט).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא הי"ו (וומסב''ג).

עס איז געווען יזכור. און צוליב די גרויסע געדרענג פון די שווערע טויזענטער אנ''ש ביים אריינקומען נאך יזכור איז אהערגעשטעלט געווארן די ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס און אריין אויפאיינמאל.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגקומען מיטן קיטל און ווייסן סטראקעס בעקיטשע, און ארום 2:45 צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, לדוד מזמור און קדיש, משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט אויסגערופן משיב הרוח ומוריד הגשם.
רבינו שליט''א האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.

פתיחה צו גשם: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' יעקב וויזעל הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 3:40.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו קידוש אין די סוכה הגדולה כנהוג. דער רבי האט קידוש געמאכט און האט טועם געווען פון מזונות, נאנט, קינדל און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני יו''ט.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן 'חג הסוכות תעשה לך' און געטייטשט אז דורך די ריקודין של שמחה ווען מען טאנצט און איז מתקן די אלע רמ"ח איברים און אלע שס"ה גידים, דארף הקב''ה משפיע זיין פרנסה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מיט פרנסה בהרחבה גדולה פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 4:00.

דעם מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה, און אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א ובני משפחתו, אין די סוכה בביתו נאוה קודש מיט א אפענעם שלאק.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- הפיוט: בנו הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א (ב''פ).
- ברוך ה' יום יום: חתנו הרה''ג ר' משה הורוויץ שליט''א.
- ברוך קל עליון: נכדו הרב זלמן לייב בן הרה''ג רבי אהרן טייטלבוים שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך' און געטייטשט אז די שיעור פון א סוכה איז שתי דפנות פון שבעה טפחים ושלישית אפילו טפח, און שו"ע שטייט אז עס איז דא שבעה שמות שאינם נמחקים, די גמרא זאגט אז עס איז דא שבעה ספרים בתורה, כלל ישראל איז א גוי אחד בארץ, קומט אויס אז די ג' דפנות פון די סוכה איז אנטקעגן קוב"ה אורייתא וישראל, און דאס איז מען מתפלל ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומ"ך אן די דריטע וואנט איז די סוכה נישט כשר במילא מיז זיין תאיר ארץ מכבודך און הקב"ה מוז זיך מקשר זיין צו כלל ישראל.
- ברכהמ''ז: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

נאכמיטאג ארום ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה.
- בעל תפילה: הר''ר מאיר מרגליות שליט''א (מאנסי).
- פתיחה: הר''ר ישעי' גראס שליט''א (וומסב''ג).
- בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב שטערן הי''ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה''ח ר' יואל ברז"ל גליק הי''ו (וומסב''ג).
- לוי: הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א.
- שלישי: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה''ח ר' אברהם ווייסמאן הי''ו (ב''פ).

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה צו של''ס און זיך געזעגענען פון די סוכה.
דער רבי האט זיך געוואשן און נאך די פיש האט דער רבי טועם געווען פון די עפל, הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו משמש האט אנגעגאסן די בעכער פארן רבי'ן, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די חברה קדישא און פארן גאנצן ציבור אלפי אנ''ש.

- אודה: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו.
- שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויף 'הגלה נא ופרוס חביבי עלי' און געטייטשט אז מצות סוכה ווערט אנגערופן א מצוה קלה, מען זעט ביי טיטוס הרשע אז הקב"ה האט געזאגט בריה קלה יש לי, ווייל עס גייט אריין און גייט נישט ארויס, די זעלבע איז מיט מצות סוכה מען גייט אריין אין די סוכה אבער מען גייט נישט ארויס, די קדושה פון מצות סוכה בלייבט אין א מענטש און מען נעמט דאס מיט אויף א גאנץ יאר, הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך מען שפרייט אויס אויף זיך מצות סוכה און עס בלייבט תאיר ארץ מכבודך אויף א גאנץ יאר, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מען זאל קענען מיטנעמען מיט זיך מצות סוכה און די השפעות פון מצות סוכה אויף א גאנץ יאר.

- ידיד נפש: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה"כ וומ''ס.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.


מען האט ממשיך געווען און געזינגען הגלה נא בהתעוררות רב.
רבינו שליט''א האט אהנגעהויבן ווארפן עפל כמנהג רביה''ק בעל ברך משה זיע''א ולמעלה בקודש מרן הדברי חיים זיע"א, און דערנאך געבעטן דעם משב"ק זאל צו ענדיגן ווארפן וואס ס'איז נאך פארבליבן, און דערנאך געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה און די יהי''ר, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים באש קודש, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון יו''ט סוכות.

דער רבי איז ארויס פון די סוכה ברקודי קודש און אריין אין ביהמ''ד און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, אנגעליינט אויף אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א. דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן פלאץ און מען האט ממשיך געווען צו זינגען פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט ארום 8:25, דער רבי האט געוואונטשן א גוט יו"ט און אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday25 Tishrei 578710/6/2026

Report
ליל ג' דחוה"מ - אושפיזא דאהרן כהנא קדישא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:10 בביתו נאוה קודש.

ארום 11:00 איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ''ץ קהילתינו הק' לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס איבער הלכות ומנהגי יו"ט סוכות, און איבער די שטארקע הצלחה פון די ישיבה קטנה סניף ברך משה לעיקוואד ווי דער דיין שליט''א דינט אלס ראש ישיבה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי איז אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:15.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הר''ר משה גראס שליט''א מקערעסטיר מאנסי.
- הרה''ג ר' משולם נתן שפיגל שליט''א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
- הרב הגאון ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנירות' און געטייטשט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער משפיע געווען סיי רוחניות און סיי גשמיות, וויבאלד אן קיין השפעה גשמיות איז שווער צו מקיים זיין אלע מצוות, עשירות וואס קומט מצד א ברכה פון הקב"ה אליינס קען נישט שאטן און האט נישט דעם נסיון העושר, די השפעות וואס אהרן הכהן האט משפיע געווען און וואס ווערט נשפע פון ברכת כהנים דאס קומט פון הקב"ה און דאס ברענגט נאר גוטס, אזוי אויך מצות סוכה איז משפיע עשירות כמבואר בספרים הק' און דאס קומט אויך פון בצילא דהמינותא פון הקב"ה אליינס און איז א שטארקע ברכה, און אנגעוואוואונטשן השפעות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט ממשיך געווען און נאכגעזאגט פון חתם סופר אז די סיבה פארוואס מען עסט מאכלי חלב אום יו"ט שבועות איז וויבאלד מילך איז גוט פאר אלע מענטשן אינג און אלט, און פון חלב קען מען מאכן פארשידענע מאכלים, פון די בעסטע מאכט מען סמעטענע און פון די שוואכערע מאכט מען קעז וכו', אזוי אויך די תורה הק' איז געגעבן געווארן פאר גאנץ כלל ישראל אינג און אלט און נישט נאר פאר די סמעטענע די בני עליה נאר פאר יעדן אן אויסנאם, און ווען אהרן הכהן האט משפיע געווען חכמת התורה ביי הדלקת המנורה האט ער עס משפיע געווען פאר גאנץ כלל ישראל יעדער וואס נפשו חשקו בתורה איז בארעכטיגט צו קומען אין ביהמ"ד און דאס האט אונז אהרן הכהן אויסגעלערנט להגיד שבחו של אהרן שלא שינה אז מען דארף צושטעלן ישיבות פאר יעדן איינעם און נישט נאר פאר מציונים, און אזוי אויך אז מען דארף צינדן עד ששלהבת עולה מאליה, מען דארף צינדן און צינדן אלע נשמות מישראל עד ששלהבת עולה מאליה און עס צינדט זיך אן א פלאם אינעם הארץ, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

תיכף נאך די דב"ק איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי נעבן די סוכה אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א ווי עס אנוועזנד געווען עטליכע חברי הצלה און נאך עסקנים ווי זיי האבן פארגעלייגט די פרישע אנטוויקלונגען בנוגע די שאלה העומד על הפרק אויף וואס מהאט געווארט אויפן רבינ'ס הכרעה.
נאך א שטיק צייט איז דער רבי צוריק אריין צום שלחן הטהור און ממשיך געווען מיט די ריקודין.
- ברכהמ''ז: הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת בית השואבה רבתי ריקודי קודש דורך אנ''ש חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד און זיך צוגעקוקט און מעודד געווען די ריקודים פאר א שטיק צייט, ארום 1:25 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און אהיים לביתו נאוה קודש.

מיטוואך - יום ג' דחול המועד סוכות

נאך וואס דער רבי מיט'ן דיין שליט''א האבן במשך די נאכט אדורכגעטוהן די נושא און אלע קאמפליצירטע חלקי ההלכה דערפון, איז אין די פריע מארגן שעות אריבערגעקומען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ, ווי מען האט נאך א לענגערע צייט דן זיין און אויסגעארבייט די צדדים, דאן האט דער רבי געגעבן זיין דעת קדשו ופסק הלכה אינאיינעם מיט די דיינים שליט"א אויף די שווערע קאמפליצירטע שאלה.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:45.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי''ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
ביי הלל און נענועים איז אנוועזנד געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, און נאך די הושענות האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

- כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
- לוי: הרה"ח ר' משה יעקב אהרן לעווי הי''ו.
- שלישי: בעל ברית נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ"ד אהל תורה וומסב''ג.
- גלילה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער געסט וועלכע זענען געקומען אויף שמחת תורה בצל הקודש.

- מוסף: הגה''צ אבד"ק בית אהרן שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
- סנדק מעומד: הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט''א.
- ברכות וקריאת השם: דער זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'משה' נאך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
נאכן ברית איז מען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהסוכה הגדולה.דער רבי האט געזאגט די סדר האושפיזין און זיך געוואשן צום סעודה. ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א.
- מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר יושע חיים רובין שליט''א און הרב אלחנן רובין שליט''א.
- שיר המעלות: הרב מרדכי דוב רובין שליט''א.
- נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א.
- הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט''א.
- יום ליבשה: הרב יחיאל מנחם רובין שליט''א,

דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און געטייטשט די שייכות פון מצות מילה צו מצות סוכה ווען אברהם אבינו האט זיך געמל'ט האט ער אריינגעלייגט א כח פון מסירות נפש אין זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות, די ד' מינים וואס ווייזט אויף די ד' איברים פון א מענטש און מען שאקלט צו די ארבע רוחות צו ווייזן אז מען איז גרייט אוועקצוגעבן אלע איברים פאר הקב"ה, און מען איז גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר הקב"ה, און מסיים געווען ברוב ברכת.

פארן בענטשן האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען לכבוד יו"ט און דער רבי האט פארטיילט שיריים.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכן ברית איז אריבערגעקומען אויף א באזוך לכבוד יו"ט הגה''צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הייליגן צאנזער רב זי''ע און איבער מנהגי יו"ט סוכות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ''ש מעבר לים וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט שמחת תורה בצל הקודש.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א נאך א שיעור אין ביהמ''ד הגדול, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה איבער כמה מקצועות התורה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday6 Tishrei 57879/17/2026

Report
יום ב' דראש השנה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דעם צווייטן טאג יו''ט אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:25.

כמעשהו בראשונה האט דער רבי אפגעראכטן די עבודת הקודש, דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם. פסוקי דזמרה: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א - אב"ד איהעל ב''פ. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק. שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען מכובד געווארן:
- הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו.
- הרה''ח ר' יודל כ''ץ הי''ו.
- הרה''ח ר' משה חיים שרייבער הי''ו.
- הרה''ח ר' הערשל פייערשטיין הי''ו.
- הר''ר חיים בעריש פילאפף שליט''א.
- הרה''ח ר' יוסף שרייבער הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
- הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר''ר מאיר לייב קטינא שליט''א און הר''ר שמואל בהר"מ פריעדמאן שליט''א.
- פסוקי שמע ישראל: בעל ברית נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א חתן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
- הולכת הס"ת לבימה: הר''ר ישראל הערש ווייס שליט''א און הרה''ח ר' אשר ווידער הי''ו (מאנטרעאל).
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.

עליות.
- כהן: הרה''ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
- שלישי: הרה''ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי''ו.
- רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה דעם ערשטע ספר: הרה''ח ר' שבתי אבערלענדער הי''ו.
- גלילה: הרה''ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:35. עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.

ארום 1:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און מיטן קיטל פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז ווען הקב"ה קוקט אן א מענטש קומט אראפ א ברכה פארדעם בעט מען השקיפה ממעון קדשך וברך את עמך ישראל, און דאס האט אברהם אבינו מתפלל געווען 'אשר יאמר היום בהר ה' יראה' אז הקב"ה זאל אנקוקן כלל ישראל,

און מאריך געווען בדברי מוסר מען טראכט אריין אז הקב"ה קוקט אונז אן אוןוויאזוי מען זעט נעבעך אויס פארשמירט מיט עבירות דארף אנכאפן א גרויסע בושה, דאס אליינס אז מען האט א בושה דאס איז א תקומה פאר א מענטש, כמאמר חז"ל כל העובר עבירה ומתבייש מוחלין לו על כל עונותיו, אבער מען דארף האבן א זכיה אז מען זאל טאקע קענען צוקומען צו א אמת'דיגע בושה, און מעורר געווען יעצט פאר תקיעת שופר צו מאכן א אמת'ע חשבון הנפש און אפשר אזוי זוכה זיין צו תשובה שלימה און צו א אמת'דיגע בושה, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:55.
עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו (מאנטרעאל), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אויף די בימה.
די ספרי תורה האבן געהאלטן:
- הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
- הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט מן המיצר און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:45, בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה''צ ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית דוב.

שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפילה ותחנונים, ולהתחנן על עמך ישראל, כמעשהו בראשונה זענען די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, מיט בכיות מפעם לפעם און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
- הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענוואסער הי"ו.
- הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו.
- הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א.
- הרה''ח ר' משה אליעזר כ''ץ הי''ו.

הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי''ו און הרה''ח ר' יקותיאל יוסף ניימאן הי''ו זענען מכובד געווען אויפצוהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.

צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 5:35.

נאך מוסף איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. סנדק מעומד: הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א. ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: מאיר, נאכן זיידן הגה"צ אבד"ק קאזלוב זצ"ל.
נאכן ברית האט מען געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געוואונטשן מזל טוב פארן ציבור.
דערנאך האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הר''ר איתמר מייזליש שליט''א, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 6:10.

דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת ברית בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה.

ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום המשך שלחן הטהור נעילת ימי ראש השנה וסעודת ברית אין ביהמ"ד הגדול.

מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן, מען האט געזונגען ניגוני ימים נוראים און הר"ר הערשל קאהן שליט"א האט פארגעזינגען א ניגון מקובל פון הרה''ק ר' ישראל מפיקוב זיע''א זוהן פון הרה''ק הקדושת לוי זיע''א.

- אתה נגלית: הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א.
- יום ליבשה: בעל ברית הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו' און געטייטשט אז הקב''ה האט א דין בעל לאשה צו כלל ישראל, א אשה ששברה כלי בבית בעלה איז פטור ווען א איד טוט אן עבירה טראץ ער איז פוגם בעולמות העליונים איז ער פטור, אזוי אויך א גט קרוב לו איז נישט חל, הקב"ה איז מלא כל הארץ כבודו איז נישט חל קיין גט פון הקב"ה צו כלל ישראל און כלל ישראל האט א דין אשה לבעלה צו הקב"ה, און איז מחיוב מיט די חיובי בעל לאשה, און מסיים געווען ברוב ברכת זאגענדיג אז 'זמן חירותינו' איז בגי' תשפ"ז עס זאל קומען די יאר א 'זמן חירותינו' חירות פונעם יצר הרע, חירות פונעם מלאך המות, חירות פון יעדע דאגה ועגמת נפש און חירות פונעם גלות, ואין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, א יאר פון לימוד התורה, עדי ביאת גואל צדק בב"א.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס די בני המשפחה.

- מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור "א גוטע וואך א גוט יאהר", און זיך באדאנקט פאר די בעלי מנגנים.
מען האט געענדיגט ארום 9:00 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה וזמרה.

ויה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday18 Elul 57868/31/2026

Report
שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב שב"ק נאכמיטאג ארום 6:00 איז דער רבי אריבער צו די נייע 'מכובד זאלן' בביתו נאוה קודש אויף איהעל ווי עס איז די וואך צום ערשטן מאל פארגעקומען פיר שמחת שבת שבע ברכות אויף די מכובד סטאנדארטן פאר די ביליגע פרייז פון $2,700, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע זאלן און דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די גרויסע סוקסעס פון די נייע זאלן ווי ס'איז שוין דא איבער 100 בוקינגס שטייענדיג קוים א חודש נאכן אנהייבן אננעמען שמחות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו.
- החתן חיים שלום ב"ר אברהם אלי' פויגעל הי"ו.
- החתן משה ב"ר יחזקאל טעללער הי"ו.
- החתן ישראל מאיר ב"ר יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו.

ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).

פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברים העומדים על הפרק, איבער די הזמנה וואס מען האט באקומען די וואך פונעם ווייסן הויז אריבערצוקומען זיך צו טרעפן מיטן פרעזידענט יר"ה, דער רבי האט געזאגט אז מתחילה האב ער עס אפגעזאגט זאגענדיג אז עס איז בכלל נישט קיין גדולה צו זיצן מיט א גוי אז מען זאל אוועקגעבן אזויפיל צייט פאר דעם, ובפרט אז מען שטייט יעצט אין חודש אלול און מען דארף זיך גרייטן צו די ימים נוראים און פארלערנען שיעורי סוגיא 'חצי שיעור' בהיכל הישיבה, אבער וויבאלד מען איז געקומען זאגן אז עס קען ארויסקומען א הילף פאר אחב"י וועלכע זענען בעת צר האט מען אפגעמאכט אז מען גייט יא פארן און האפענטליך וועט מען קענען פועל'ן וואס מען דארף, דער רבי האט אויסגעפירט מיט א בקשה צו די בחורים אז מען זאל נישט ליגן אין די נייעס און זיך נישט קאכן אין דעם כדרכו של בחורים, נאר מען זאל עוסק זיין אין די סוגיא פון חצי שיעור, און ממליץ געווען אז איין שיעור אין די סוגיא פון חצי שיעור איז מער ווערד פון די גאנצע מעשה. דערויף האט מען ממשיך געווען מיט פייערדיגע נגינה 'אשר בחר בנו מכל עם'.

- כל מקדש: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז וויבאלד כלל ישראל האט א דין אשה לבעלה צו הקב"ה און די הלכה איז אז האשה ששברה כלי בבית בעלה איז פטור, במילא איז כלל ישראל אויך פטור טראץ וואס מיט יעדע עבירה איז מען פוגם בעולמות העליונים.

- קה אכסוף: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א מסעקלעהיד ב"ב.
- ברכת המזון: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגאון רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"א אלול.
- קה רבון עלם: הרה"צ ר' שלום לייפער שליט"א אב"ד דינוב בית שמש.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' יושע בר"ח קארנבלי הי"ו.
- אז ביום השביעי: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' ארי' בר"מ הערשקאוויטש הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם גוטמאן הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דניאל בוכינגער הי"ו (מאנסי).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
עליות.
- כהן: החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו - באווארפען.
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
- שלישי: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א.
- רביעי: החתן חיים שלום ב"ר אברהם אלי' פויגעל הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן משה ב"ר יחזקאל טעללער הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' חיים הערש גלאנצער הי"ו.
- ר' מענדל בר"ב קליין הי"ו.

- שביעי: החתן ב"ר יואל בר"א גוטמאן הי"ו.
- הוספות: החתן יושע ב"ר ישראל העניך קרויס הי"ו.
- החתן דוד אלי' ב"ר יואל ברמ"ש ווייס הי"ו.
- הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- אחרון: החתן קלמן אליעזר ב"ר מאיר זאלדאן הי"ו.
- מפטיר: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
- הגבה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו.
- החזרת הס"ת: הרה"ח ר' יודא ארי' מאשקאוויטש הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' קאפיל שעהנברוין הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.

ביים קידושא רבא בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין וומסב''ג.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב דוב לעווי הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אליעזר דוד אינזליכט הי"ו.
- שלישי: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה שטוהל הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז אויב מען האט א חיות דקדושה ווערט מען אנגערופן א בעל חי זאגט מען נישט נראה ונדחה אינו חוזר ונראה, און אזוי ניצט תשובה, דאס איז מען מתפלל 'כתבינו בספר החיים' מען זאל ווערן אנגערופן א חי און נישט ווי רשעים בחייהם קרואים מתים, און נאכגעזאגט פון רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זיע''א אז בזמן שביהמ"ק היה קיים האט די קטורת פארמאגט צוויי סגולות, עשירות און המנעת מיתה, און בזמנינו אלה זענען די צוויי סגולות אריבער צו מצות קרי"ש, דורך מצות קרי"ש איז מען זוכה מען זאל נישט ווערן אריינגעשריבן אין די ספרי מתים נאר מען זאל ווערן אנגעריפן א בעל חי און עס זאל ניצן תשובה, און מעורר געווען יעצט אין די צווייטע האלב פון חודש אלול זיך מאכן א חשבון הנפש וואס מען האט שוין אויפגעטוהן די ערשטע האלב חודש, און נזהר צו זיין צו ליינען קרי"ש כתיקונה און אזוי זוכה זיין צו תשובה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הר"ר מאיר מאיער שליט"א (ב"פ).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס אום געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:40.

ארום 12:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני שמחת התורה, עס האט זיך פארצויגן א שמועס מיט חתנו הרה"ח ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו איבער פארשידענע דירות פראיעקטן אין קר"י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני שמחת התורה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני סופרות און זכרונות פון הרה"ח ר' אהרן פאללאק ע"ה - סופר מומחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' נפתלי אלימלך רייך שליט"א אב"ד פשעווארסק אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הגה''ק הייטב לב זיע''א און דערביי האט ער געוויזן פאר רבינו שליט"א א כתב מיט אן ארגינעלע חתימה פונעם ייטב לב אין וואס דער רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי 'מפעל חזקת טהרה' שע"י וועד המקוואות דבית הוראה קר''י וועלכע פארן ארום געבן השגחות אויף פילע מקוואות איבער גאנץ אמעריקע, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות להרבות טהרה בישראל און דערביי אנגעפרעגט פארשידענע הוראות איבער וויאזוי זיך צו פירן ביי פארשידענע אופנים, און דער רבי זיי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' בכל אתר ואתר, מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ עסקני וועד לטהרינו און איבערגעגעבן א באריכט איבער די קאמפיין אין מבצר הכוללים ארויפצוגיין א דרגה בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט איבערגעקוקט די קבלת טובות און די רשימה פון די הונדערטער אינגעלייט וועלכע האבן זיך מקבל געווען נישט צו פארמאגן קיין טעקסט, און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל אודיטאריום צו די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 400 תלמידי כתה ט' פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל בליעה''ר כ''י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים.
עס איז פארגעקומען א בחינה פומבי דורך הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג, אויף גאנץ מסכת קידושין, און דערביי האט דער רבי אויך געפרעגט פילע שאלות פון די בחורים אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט בטוב טעם ודעת, דערנאך האבן די בחורים צוזאמען אדורכגעלערנט די גאנצע מסכת.
צו מאכן דעם סיום איז מכובד געווארן נכד רבינו הב' יוסף בן הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א -רב דביהמ"ד קול אליהו, און מיטן זאגן דעם הדרן נכד רבינו הב' אלימלך בן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, און מיטן זאגן קדיש הרה"ח ר' פישל ב"ר יעקב ישראל פריינד הי"ו, דערנאך האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר די מנהלים הר"ר יואל שפיטצער שליט"א און הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א, און דערנאך משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט די שמחה ווען אזויפיל בחורים זענען מסיים א מסכת, און געזאגט אז עס זענען דא 408 בחורים אין כתה ט' וואס דאס איז בגי' "צום קול ממון" ווען 408 בחורים זענען עוסק בתורה איז דאס מעורר צום קול ממון און מען איז זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קק"י היושב ע"פ אחיו הגה''צ ר' ברוך ז"ל אדמו"ר מצאנז ב"פ, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday8 Elul 57868/21/2026

Report
פרייטאג ערש''ק כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יוסף בראדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל ראזינגער הי"ו.
- ב"ר יצחק אייזיק פאוועל הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ר"י דושינסקיא.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יהודא' נאך דער זיידע הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל ע"ש מרן הגה"ק הייטב לב זיע"א.

נאכן ברית איז מען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

דערנאך איז דער רבי אראפ צום פערטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד 'ברנה יקצרו' וסיום חזרת לימודי השנה דורך די קרוב צו 500 תלמידי כתה ה' פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת הברית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט'. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה ברית און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק.
ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א. אויך האט איינער פון די בחורים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, און דער מנהל האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די בחורים וועלכע האבן אינאיינעם געלערנט אריבער 2,000 שעות רצופות אלץ הכנה צום רבי'נס באזוך.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק והדרכה, מצות מילה ברענגט אריין חכמה אין א מענטש אז מען זאל קענען אפמאכן ווען זיך צו באניצן מיט מידת ענוה און ווען מען דארף זיך יא באניצן מיט מידת הגיאות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די מלמדים, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פונעם בעל ברית און געוואונטשן פאר די יולדות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday3 Elul 57868/16/2026

Report
שב''ק פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן אברהם יודא ארי' ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו.
- החתן משה אברהם ב"ר יעקב ברי"א קליין הי"ו.
- החתן יחזקאל שרגא בהר"ר נפתלי שטערן שליט"א.
- החתן מרדכי ני"ו ב"ר אהרן דוד יצחק רובינשטיין ע"ה.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' בנציון מאנדעלבוים הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 10:05. נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן און אוקריינע. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: האדמו"ר מלייפניק שליט"א פון בני ברק.
- כל מקדש: הרב הגאון ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו לינדען.
- מנוחה ושמחה: הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א (בני ברק).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילתו.

- קה אכסוף: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
- ברכת המזון: האדמו"ר מלייפניק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ו' אלול.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב יצחק מאשקאוויטש הי"ו (בית שמש).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אויך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר, און געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
- אז ביום השביעי: בעל שמחה הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 9:45.
- ברכות: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו (ב''פ).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו (וומסב''ג).

עליות.
- כהן: ר' יואל ברי"א פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א.
- רביעי: החתן יואל ברוך ב"ר יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן אליעזר זוסמאן בהר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו.
- ר' מענדל גרשון בר"ש פריעדמאן הי"ו.
- ר' יוסף מרדכי אבערלענדער הי"ו.
- ר' יואל נתן פריעדמאן הי"ו.
- ר' יקותיאל יצחק מייזעלס הי"ו (וומסב''ג).
- שביעי: החתן משה אברהם ב"ר יעקב ברי"א קליין הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן אברהם יודא ארי' ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו - באווארפען.
- החתן יחזקאל שרגא בן הר"ר נפתלי שטערן שליט"א - באווארפען.
- החתן אלימלך ב"ר אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו.
- החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא די וואך פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף מאיר שטערן הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ז פרידריך הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.

ביים קידושא רבא בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל הרב יואל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין מאנסי.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם יושע עסטרייכער שליט"א (לאנדאן).
- כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק ו'ה' א'מר ל'כם ל'א תספון לשוב בדרך הזה עוד' וואס די דורשי רשומות זאגן אז די ר"ת איז אלול, און נאכגעזאגט די סיבה פארוואס משיח קומט נישט נאך א חודש אלול ותשרי ווען כלל ישראל איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים איז וויבאלד נאך די הייליגע טעג איז ושבו בנים לגבולם און יעדער גייט צוריק צו זיינע אלטע דרכים און מען האלט נישט איין די קבלת טובות, זאגט אבער דער ייטב לב אז די עצה יא צו קענען בלייבן מיט די קבלת טובות איז עוסק צו זיין בתורה און דאס מאכט אז מען זאל קענען עומד זיין אויף די קבלת טובות אויף א גאנץ יאר.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו (מאנטרעאל).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן בריעף הי"ו (מאנסי).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.

צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא ו' אלול די וואך.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.

ארום 12:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday19 Menachem Av 57868/2/2026

Report
שב''ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל בן הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 10:20. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה פאר די מוסדות עטה"ק בארה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הגבהת הכוס: הר"ר ישראל הערש ווייס שליט"א.
- כל מקדש: הר"ר שמואל פרענקל שליט"א (ב"ב).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים עזריאל יאזשעף הי"ו (ב"ב).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואכתוב את הדברים אשר היו על הלוחות הראשנים אשר שברת' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א צו זאגן דברי תורה.

- קה אכסוף: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגאון רבי אפרים זלמן מרגליות זצ"ל בעמח"ס מטה אפרים וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ד אב.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלמה קובאלסקי הי"ו (ביתר).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- אז ביום השביעי: ר' יחזקאל טייטלבוים הי"ו (מאנסי).
מען האט געענדיגט ארום 2:05.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40
- ברכות: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלטר פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א, מראה"כ.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו.
- לוי: הגה"צ ר' מרדכי אייזען שליט"א אדמו"ר מליזענסק ב"פ.
- שלישי: החתן משה יוסף ב"ר יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
- רביעי: החתן יעקב בהר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א - באווארפען.
- חמישי: החתן משה יואל ב"ר שלמה מענדלאוויטש הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' לייב ברא"ה שפילמאן הי"ו.
- ר' פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
- ר' בנימין יוסף גוטמאן הי"ו.
- ר' אשר אנשיל יאזשעף הי"ו.
- ר' הערשל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
- ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו.
- ר' הערש לייב גאטליעב הי"ו.

- שביעי: החתן ליפא בהר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א - באווארפען.
- אחרון: החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א - באווארפען.
- מפטיר: הרה"ח ר' יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' עקיבא געשטעטנער הי"ו.

- מוסף: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר שמואל פרענקל שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45.
- בעל תפילה: הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק ברי"ח ווייס הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
- שלישי: הגה"צ ר' ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפען.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה עקב תשמעון את המשפטים האלה' און געטייטשט וואס דער בני יששכר זאגט ע"ד מוסר אז דאס גייט ארויף אויף סוף יאר זיך צו מאכן א חשבון הנפש און זיך צוגרייטן צום יום הדין כראוי, און ממשיך געווען מיטן משל הידוע וואס רבותינו הק' זיע''א פלעגן נאכזאגן הושענא רבא איבער א מלך וועלכע פלעגט קומען באזוכן זיין מדינה און די קלוגע מענטשן פלעגן זיך צוגרייטן ווי עס פאסט און ארויסגיין אפווארטן די מלך בשמחה רבה, משא"כ די נישט קלוגע מענטשן פלעגן אנקומען דעם לעצטן טאג מיט גרויס בושה, מען שטייט יעצט נאך חמשה עשר באב ווען די כרוזים הייבן אן ארויסצוגיין איז יעצט די צייט זיך צוצוגרייטן צו ראש השנה מיט תשובה און תיקון המעשים און אזוי אויספועלן א גוט יאר און נישט ח"ו עס אפשטופן און אנקומען מיט גרויס בושה אין די לעצטע מינוט.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.

ארום 12:30 איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, ווי מען האט א לענגערע צייט דן געווען בכובד ראש איבער פארשידענע קאמפליצירטע ענינים בנוגע די שחיטה המהודרת לגסות דקהלתינו הק', דערביי האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בכמה ענינים בהלכה איבער וואס מ'האט דן געווען, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ברוב ידידות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday11 Sivan 57865/27/2026

Report
שב''ק יום שני של שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי אום 8:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זיך משתתף זיין ביים מעמד הנשגב 'נעשה ונשמע' לימוד התורה ברבים, דער רבי איז ארומגעגאנגן אין אלע סניפים פון ביהמ"ד אהנגעהויבן אינעם גיגאנטישן היכל בית המדרש, גאלעריען, און אינעם היכל התורה, און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט ברוב קורת רוח אויף די טויזענטער לומדים זקנים עם נערים, ומה נהדר היה המראה ווי דער רבן של ישראל גייט ארום צווישן די אלפי לומדי תורה אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם.

דערנאך איז דער רבי אריין אין חדר דוד ווי עס קומט פאר די חברת תהילים דורך די תשב"ר און דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א שטיק צייט.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימודו ביזן דאווענען.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:15.
- אמירת הברכות: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א מאיהעל ב"פ.
- פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו''ץ בקהלתינו ב"פ.
- צו תפילת שחרית האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און צו אהבה רבה איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד און אנגעהויבן דעם אהבה רבה ניגון און דערנאך אויסגעלאזט בהתעוררות גדול ביז ולאהבה את שמך, און שפעטער צוגעגאנגען צו הלל.

נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות, און דער רבי האט געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א הי"ד.

פארן ליינען איז פארגעקומען די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך משפחת הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן ע"ה, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש אויף צד מזרח און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א, און הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א, מו"ץ.
- - פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ.
- הולכת הס"ת לבימה: הר"ר לייבל טויבער שליט"א (מאנטשעסטער), און הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו (וומסב''ג).

עליות.
- כהן: החתן ב"ר יואל גברא הי"ו.
- לוי: החתן נחמן ב"ר יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו - באווארפען.
- שלישי: החתן שרגא פייוול ב"ר עמרם טירנויער הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן מענדל גרשון ב"ר יואל בר"א סימאן הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן יעקב ב"ר נחמי' ניימאן הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: החתן משה בהר"ר יואל הערש ליכטנשטיין שליט"א - באווארפען.
- אחרון: החתן מענדל ב"ר יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו - באווארפען.
- הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- גלילה: החתן יוסף ב"ר זלמן ווידער הי"ו.
- מפטיר: החתן משה ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו - באווארפען.
- הגבה: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.

- מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם גאטעסמאן הי"ו (לאנדאן).
מען האט געענדיגט ארום 3:30.


ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה הב' משה בן הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל' און געטייטשט אז יעדע איד איז מרומז אין א אות אין די ספר תורה, און אזוי ווי מען ווייסט אז אין מוקדם ומאוחר בתורה און אלע אותיות זענען די זעלבע חשוב, אזוי אויך זענען אלע אידן די זעלבע חשוב ביים רבש"ע.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבה"ח חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.

פארנאכטס ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה של''ס ונעילת החג.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
- פתיחה: הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו (ירושלים).
- כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
- שלישי: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו


ביי של''ס האט הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער, משמש דקהלתינו הק' בוומסב''ג האט אנגעגאסן פארן רבי'ן דעם כוס, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך דקהלתינו וומסב''ג.
- שיר המעלות: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו ב"פ.
- ידיד נפש: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.
- קל מסתתר: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.

מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש א שטיק צייט.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט די שבע ברכות פאר עטליכע חתנים.

דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו''ט, מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרב חיים בן הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר ' און געטייטשט אז יעדע איד האט ביי קבלת התורה געהערט דעם קול ה' אחת דיבור אלוקים שתים זו שמעתי, אבער יעדער אויף א אנדערע בחינה, דעמאלטס איז עס געווען פאר יעדן אין די בחינה פון די בני עליה און יעדער איז געווען גרייט אויף מסירת נפש אויף קיום כל התורה כולה, אזוי אויך ברכת השי''ת איז א הרב כללית און ליגט אויך ברכה פרטיות פאר יעדן די מחסורו אשר יחסר לו, און מסיים געווען מיט א מעשה פון הרה''ק הבני יששכר זיע''א וועלכע האט אנגעוואונטשן כל מילי דמטיב פאר א איד.

מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים און דער רבי האט זיך נאכאמאל אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות אש, און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.

- מעריב: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.

ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, נאך עטליכע מינוט האט דער רבי משמיע געווען די 'ברכת הקודש' אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל' יעדע איד דארף וויסן אז ער איז א קינד פון יעקב אבינו און דאס דארף אים שוין אליינס מחייב זיין זיך אויפצופירן ווי עס פאסט פאר א קינד פון יעקב אבינו בכל ענינים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.

ויו''ט היה עושים ווען אלפי ישראל זענען פארבליבן אויף די גאס בחצר ביהמ"ד הגדול א לענגערע צייט, טאנצן פייערליך אין צענדליגער רינגען פון חסידים ואנשי מעשה, ברוב שבח והודאה להשי"ת אויף די געהויבענע זמנים וואס מ'האט זוכה געווען.

מוצאי יו"ט זענען אריין זיך געזעגענען בביתו נאוה קודש בחורי אנ''ש פון מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו''ט בצל הקודש, דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד אלעזר רוקח ני"ו בן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען ממשיך זיין די קדושה און השפעה פונעם יו''ט אויף א גאנץ יאר, און געבן כח און געזונט פאר כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א משפיע זיין אויף אונז נאך לאנגע געזונטע יארן און אונז פירן קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday20 Iyar 57865/7/2026

Report
דינסטאג בה"ב - ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יודל אקער הי"ו.
- ב"ר מנחם מנלי בראך הי"ו.
- ב"ר יצחק טאמבור הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים רבתי לכבוד היום אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א - ממציוני תלמידי הישיבה, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.

די זמירות היום האט דער רבי מכבד געווען.
- בר יוחאי און ואמרתם: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק'.
- אמר רבי עקיבא: הבה"ח יחזקאל ב"ר אליעזר דוב ענגעל הי"ו (ירושלים).

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דברי דרוש לכבוד היום, און ארויסגעברענגט די הרגשים פון די דערהויבענע מעמד הדלקה ווי טויזענטער אידן האבן זיך מיטגעפרייט מיט אזא ברען און שמחה למעלה מדרך הטבע, דאס איז נאר מיט די כח פון התנא רבי שמעון וואס איז משפיע א קדושה אין יעדעמ'ס הארץ, 'אשרינו מה טוב חלקינו', און ממשיך געווען בדברי שמחה לכבוד די שמחת קישור החיתון און נאכגעזאגט אז וירא אלקים את האור כי טוב איז בגי' 'רבי שמעון בר יוחאי', טוב מיינט מען א שידוך מצה אשה מצה טוב, און דאס איז די קשר פון ל"ג בעומר צו א שידוך, און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים פאר אלע בחורים.
דער רבי האט דערמאנט דעם געהויבענע שב"ק באתרא קדישא מירון פארגאנגענעם שבת תולדות וואס איז געווען א געהויבענע שבת מיט געהויבענע אידן און ליגט נאך אין די ביינער ביז היינט, און געזאגט וואס מען האט דעמאלטס מעורר געווען אלע אנ''ש נזהר צו זיין באמירת קטורת סיי ביי שחרית און סיי ביי מנחה וואס די מקור פון דעם איז אין זוה"ק ווי רבי שמעון זאגט אז די קטורת איז משפיע כל טוב און איז פון די חשוב'סטע זאכן ביים רבש"ע, דער רבי האט פארגעלערנט פאר די בחורים די זוה"ק פון אינעווייניג כלשונו הק' און מעורר געווען די בחורים זיך צו מקבל זיין נזהר צו זיין באמירת קטורת און געזאגט אז דאס איז א סגולה פון רבי שמעון אליין און דאס איז זיכער א סגולה וואס העלפט, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דער חתן האט געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און אין א רינג מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

ארום 6:00 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:20 לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול, ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול קומת מאיר זעליג, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

נאך מנחה ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור לכבוד היום במעמד אלפי אנ''ש אינאיינעם מיט די שמחת התנאים פון נכד רבינו החתן פרע"ח הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, עב''ג הכלה בת הרה''ג רבי משה הורוויץ שליט"א בן הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן וחתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים שליט"א און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה.
מען האט פארקויפט די זכות הנרות לכבוד רשב"י און עס זענען מכובד געווארן מיטן אנצינדן די לעכט הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו און הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו,

ארום 9:00 איז פארגעקומען די קריאת התנאים.
מען האט געמאכט קבלת קנין.
- עדי תנאים: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו.
- ערב קבלן: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו.
- קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.

דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מען האט ממשיך געווען מיט די סעודה און נאך די פלייש האט מען געזינגען די זמירות פון בר יוחאי, ואמרתם, און אמר רבי עקיבא.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דברי דרוש לכבוד די שמחת התנאים און משלב געווען שמחת חתן וכלה צו רשב"י און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס הרבנים שליט"א, און דערנאך ממשיך געווען מיט אגדה ודרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז אויב א איד טוט ח"ו א עבירה קומען די חיצונים און כאפן אוועק אלע זיינע מצות, אבער אויב מען טוט מצות מיט א חביבות דעמאלטס קענען עס די חיצונים נישט אוועקכאפן, און דאס איז אלעס בשיטת רבי שמעון וואס האלט אז א דבר שאין מתכוין איז מותר וויבאלד מען גייט בתר מחשבה, אזוי אויך ווען א מענטש ארבעט מיטן ציל צו האבן געלט צו קענען מקיים זיין מצות מיט די געלט דעמאלטס ווייזט די ארבעט אויף חביבות המצוה און עס איז חשוב ביים רבש"ע.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט פייערדיגע חיזוק ווערטער רבי שמעון ברענגט אריין א קדושה אין א יעדע איד אז מען זאל האבן כח זיך צו שלאגן מיט די טומאה און די נסיונות אויף די גאסן, סיי אין די גויאישע גאסן און סיי אין די אידישע גאסן, די מחנה מגושמים וכו', מען זאל זיך נישט אויפפירן ווי זיי, נישט זיך אפלערנען פון זיי, נישט זייער התנהגות, זייערע ניגונים, מלבושים, וכו', דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג איבער די ניגונים און טענץ וואס מען זינגט און מען טאנצט ביי אסאך היימישע חתונות וואס פארעקלט יעדע ערליכע איד, און געזאגט אז עס איז א חרפה און א בושה אז דאס שפילט זיך אפ ביי חסידישע חתונות, שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו.
דער רבי האט דערמאנט לשבח פון די עסקנים פון קהלתינו הק' אין וומסב''ג וועלכע האבן אריינגעברענגט א אויפוואכונג בעניני צניעות ביי די נשים צדקניות מיט דרשות און אסיפות, סיי בנוגע שערות אשה, סיי ביי די מלבושי נשים, און אזוי אויך בנוגע די מלבושים ביי די אינגלעך צו מאכן מלבושים פון רעכטס אויף לינקס אזוי ווי הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט היינט אויפדערנאכט י"ט אייר האט שטארק מעורר געווען.
דער רבי האט ממשיך געווען און געזאגט אז מיט צוואנציג יאר צוריק ל"ג בעומר תשס"ו האט מען אויף דעם פלאץ פון בית מדרשינו הגדול מייסד געווען 'חבורת יסודי התורה', ברוך השם מען שטייט היינט צוואנציג יאר שפעטער און עס איז נתרבה געווארן אסאך לומדי תורה' סיי אין קהלתינו הק' און איבער די גאנצע וועלט, מען לערנט דף נאך דף, פרק נאך פרק, און מסכת נאך מסכת, מען חזר'ט און מען שטעלט זיך צום פארהער, ועתה היית לשני מחנות און קהלתינו הק' פארמאגט ב"ה צוויי חבורות און רוב אנ"ש זענען אנגעשלאסן אין איינע פון די חבורות, און געזאגט דברי הכנה צו יו"ט שבועות הבעל"ט און מעורר געווען צו לערנען ספר הק' בני יששכר אלץ הכנה צו קבלת התורה.
דער רבי האט דערמאנט די מוסדות יטב לב וואס רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען תיכף נאכן קריג און דאס האט אויפגעפלאמט שפעטער אלע מוסדות פון קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט, און געזאגט אז דאס דארף זיין ראש וראשון ביי יעדעם מאנ"ש און עס שטיצן ברוח נדיבה, וויל דאס איז די טאטע פון אלע אונזערע מוסדות! און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני ל"ג בעומר און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות אש.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 10:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל תהילות יוסף, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זיע''א, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פעקעטע היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' שלום פעקעטע ע"ה.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פראנצאז היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' דוד פראנצאז ע"ה.
דערנאך ארום 11:45 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show older news