שב''ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל בן הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. - קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:20. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה פאר די מוסדות עטה"ק בארה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. - הגבהת הכוס: הר"ר ישראל הערש ווייס שליט"א. - כל מקדש: הר"ר שמואל פרענקל שליט"א (ב"ב). - מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים עזריאל יאזשעף הי"ו (ב"ב).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואכתוב את הדברים אשר היו על הלוחות הראשנים אשר שברת' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א צו זאגן דברי תורה.
- קה אכסוף: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י. - ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגאון רבי אפרים זלמן מרגליות זצ"ל בעמח"ס מטה אפרים וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ד אב.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלמה קובאלסקי הי"ו (ביתר). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - אז ביום השביעי: ר' יחזקאל טייטלבוים הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 2:05.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40 - ברכות: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א. - פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלטר פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). - פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א, מראה"כ. עליות. - כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו. - לוי: הגה"צ ר' מרדכי אייזען שליט"א אדמו"ר מליזענסק ב"פ. - שלישי: החתן משה יוסף ב"ר יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו. - רביעי: החתן יעקב בהר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א - באווארפען. - חמישי: החתן משה יואל ב"ר שלמה מענדלאוויטש הי"ו - באווארפען. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' לייב ברא"ה שפילמאן הי"ו. - ר' פנחס יוחנן ראטטער הי"ו. - ר' בנימין יוסף גוטמאן הי"ו. - ר' אשר אנשיל יאזשעף הי"ו. - ר' הערשל בר"י מיטטעלמאן הי"ו. - ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו. - ר' הערש לייב גאטליעב הי"ו.
- שביעי: החתן ליפא בהר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א - באווארפען. - אחרון: החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א - באווארפען. - מפטיר: הרה"ח ר' יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו. - הגבה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' עקיבא געשטעטנער הי"ו.
- מוסף: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. - פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר שמואל פרענקל שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45. - בעל תפילה: הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א (וומסב''ג). - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק ברי"ח ווייס הי"ו (וומסב''ג). - כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו (וומסב''ג). - לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א. - שלישי: הגה"צ ר' ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי"ו (ב"פ).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפען.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה עקב תשמעון את המשפטים האלה' און געטייטשט וואס דער בני יששכר זאגט ע"ד מוסר אז דאס גייט ארויף אויף סוף יאר זיך צו מאכן א חשבון הנפש און זיך צוגרייטן צום יום הדין כראוי, און ממשיך געווען מיטן משל הידוע וואס רבותינו הק' זיע''א פלעגן נאכזאגן הושענא רבא איבער א מלך וועלכע פלעגט קומען באזוכן זיין מדינה און די קלוגע מענטשן פלעגן זיך צוגרייטן ווי עס פאסט און ארויסגיין אפווארטן די מלך בשמחה רבה, משא"כ די נישט קלוגע מענטשן פלעגן אנקומען דעם לעצטן טאג מיט גרויס בושה, מען שטייט יעצט נאך חמשה עשר באב ווען די כרוזים הייבן אן ארויסצוגיין איז יעצט די צייט זיך צוצוגרייטן צו ראש השנה מיט תשובה און תיקון המעשים און אזוי אויספועלן א גוט יאר און נישט ח"ו עס אפשטופן און אנקומען מיט גרויס בושה אין די לעצטע מינוט.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. - קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.