בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט - שבת תולדות חשון תשפ''ב

כ"ח מרחשון תשפ"ב – ד' כסלו תשפ"ב · 109 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דאנערשטאגי"ג מנחם אב תשפ"א7/22/2021

באריכט
ושבתי שלום אל בית אבי

בהתרגשות של שמחה וביראה עילאה איז אויפגענומען געווארן די פרייעדיגע נייעס צווישן אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, אז אין די יעצטיגע טעג איז ענדגילטיג באשטימט געווארן בשעטו"מ אז דעם קומענדיגן שבת פרשת תולדות תשפ"ב הבעל"ט וועט בעז"ה געפראוועט ווערן דער לאנג-געפלאנטן היסטאריש'ן שבת בעיר האבות סיגוט בצילא דמהימנותא קדישא פונעם ממשיך שלשלת הקדושה לבית עצי התמרים כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי
דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת וועט געפראוועט ווערן בהתרגשות עילאה "א שב"ק מעין עולם הבא" מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפן זעלבן מקום שהתפללו בו אבותיו הק' מרנן רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זי"ע, ווי רבינו שליט"א וועט אינטערנעמען דעם דערהויבענעם מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט, לרגל דעם חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולען "ביהמ"ד עצי התמרים" בנין ישעי זאב לעוו, "ופתיחת המקוה מפוארה" ר' לייב'עלע בערקאוויטש, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת אויפן היסטארישן שוהל-הויף, און אפרעכטן דארט באותו מקום א "שבת חנוכת הבית".

כי לא תשכח מפי זרעו
אזוי אויך וועט געפראוועט ווערן א היסטארישע רירענדע מעמד "חגיגת הכנסת ספר תורה" צום אמאליגן תורה צענטער "ביהמ"ד עצי תמרים", צום ערשטן מאל נאכן ביטערן חורבן!! א מעמד נורא וואס וועט אויסשרייען דעים "נצח ישראל לא ישקר, כי לא תשכח מפי זרעו"!!!

קה זכות אבות יגן עלינו
דורכאויס די קורצע - דערהויבענע מסע הקודש ושבתי וועט אויך פארקומען דערהויבענע התעוררות'דיגע מאמענטן ווען מען וועט אינאיינעם מיט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פוקד זיין מקום מנוחת אבותיו - רבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו אינעם אוהל הק' אויפן בית החיים אין סיגוט און מעורר זיין רחמי שמים און פויעלן ישועות פארן כלל און פארן פרט, מיט כל מיני השפעות טובות פאר אחינו בני ישראל.

מה נורא המקום הקדוש הזה
ווי באקאנט האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אונטערגענומען מיט עטליכע יאר צוריק דעם היסטארישן פראיעקט "לחדש אורה" לכבוד בית אבותיו הקדושים, מיטן ציהל צוריקצובויען דעם מקום קדוש -א ביהמ"ד און מקוה- אויף אט דעים הייליגן מקום פון זיינע גרויסע זיידעס רבותינו הקדושים זיעוכי"א, אויספירענדיג דערמיט מכוח אל הפועל משאת נפשו פון אביו מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע וועלעכע פלעגט אלס ארויסקוקן און אויסדריקן האפענונג אז מזאל נאך אמאל קענען אויסלייזן דעם שטח און קענען צוריקשטעלן דעם מקום קדוש.

תהלה לקל יתברך האט רבינו שליט"א זוכה געווען מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אויסצופירן זיין אייביגע שטרעבונג צו קענען אויסלייזן דעם היסטארישן שטח, די "שוהל-הויף" וואס איז ליידער געשטאנען פוסט זייט די ביטערע מלחמה, שועלים הלכו בה רח"ל, און בחסדי שמו צו דערלעבן דעם "ואל אחוזת אבותיו ישוב".

ברם זכור לטוב דער שליח נאמן פון רבינו שליט"א העסקן הדגול בנש"ק הרב אשר ישעי הורוויץ פונעם "וועד לחדש אורה" וואס איז געשטאנען בראש פונעם הייליגן פראיעקט לנצח על מלכת בית ה', ובנאמנות יתירה אויסגעפירט שליחות קדשו פון רבינו שליט"א.

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
יעצט שטייט שוין דער בנין פולקאם גרייט מיטן גאנצן פראכט און באקוועמליכקייט און מיט אלע צוגעהערן!!

אין די יעצטיגע וואכן זיצן א שטאב פון עסקנים בחצרות קדשינו און שפיץ פונעם "וועד לחדש אורה" אויף העפטיגע מינטונגען אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פונעם דערהויבענעם מסע קודש "ושבתי" - שבת חנוכת הבית ס'ווערט אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות אויף אלע פראנטן אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב.

להושיבי עם נדיבים
ספעציעלע הזמנות כבוד ווערט ארויסגעשיקט לכבוד די נדיבים החשובים "בוני ומקימי מקום הקדוש הזה" דעי אלע וועלעכע האבן זוכה געווען ארויסצונעמען א חלק שותפות אין דעים הייליגן פראיעקט לעשות רצון צדיק פון רבינו הקוה"ט זי"ע ולהבחט"א בנו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, צו קענען זעהן מיט די אייגענע אויגן די פירות פון זייער נדבה און אינאיינעם פייערן די בשותפות'דיגע שמחה פון "החזרת עטרה ליושנה".

פאלגט נאך די גענויע פרטים פונעם היסטארישן מסע קודש "ושבתי" - שבת חנוכת הבית - בעיר האבות סיגוט די קומענדיגע וואכן דא אויף סאטמאר'ע נייעס.

מקדש מלך עיר מלוכה קומי צאו מתוך ההפיכה, התעוררו התעוררו כי בא אורח, הנה ימים באים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךל' תשרי תשפ"ב10/6/2021

מודעה
הכנה דרבה צום מסע הקודש - ושבתי שב"ק פ' תולדות הבעל"ט מיוחד פאר די נדבני הבנין בעיר האבות סיגוט יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי:
קבוצה נכבדה פון נדיבי וחסידי אנ"ש איינגעשריבן צום היסטארישן "שבת חנוכת הבית" פ' תולדות בעיר האבות סיגוט יצ"ו



בלויז א קארגע חודש שיידט אונז אפ פונעם דערהויבענעם "שבת חנוכת הבית", פ' תולדות הבעל"ט, לרגל דאס התחדשות וחנוכת ה"שוהל-הויף" בעיר התמרים סיגוט יצ"ו, די רירענדע נסיעה "ושבתי" צום עיר האבות אין שפיץ פונעם צדיק כתמר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה! - דער געהויבענער מסע הקודש "ושבתי" אנטשפרעכט צו זיין א גאר דערהויבענער איבערלעבעניש פון פילע אספעקטן, דער שבת קודש אויפ'ן מקום שהתפללו בו רבותינו הק', בנוסף צו דעם קומען מיט א רייע רירנדע מעמדים, צווישן זיי אן התרגשות'דיגער מעמד כתיבת ס"ת בפניא דמעלי שבתא נאכגעפאלגט מיט'ן פייערליכן הכנסת ס"ת שב"ק צופרי פאר קריאת התורה. די ספר תורה איז געשריבן געווארן לע"נ מרנן רבותינו הקדושים זי"ע און ווערט אריינגעגעבן אינעם ארטיגן ביהמ"ד צום באנוץ פון אלע באזוכער במשך השנה.

נאכ'ן געהויבענעם שבת אין סיגוט וועט מען אי"ה אויך ארויספארן אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א קיין אונגארן, וואו מ'וועט אויך מתפלל זיין ביים ציון המצויינת פונעם ריש השושילתא משה איש האלקים מרן בעל ישמח משה זי"ע אויפ'ן ביה"ח הישן אין אוהעל, ווי אויך וועט מען קענען פארן קיין קערעסטיר מתפלל צו זיין אויפ'ן מנו"ק פון הרה"ק רבי ישעי'לע מ'קערעסטיר זי"ע.
כאטש די הויפט מחותנים און משתתפי הנסיעה זענען די גליקליכע נדיבי ובוני הבית וואס האבן איינגעקויפט גרעסערע זכותים אינעם בנין הקדוש, ווערט אויך געגעבן א געלעגנהייט פאר'ן אלגעמיינעם ציבור חסידים ואנשי מעשה צו קענען זיך מיטכאפן מיט די געהויבענע נסיעה מיטצוהאלטן דעם היסטארישן שבת מיט'ן רבי'ן אין סיגוט, פאר'ן השתתפות פון לכה"פ 5,000 "זכות אבן זכרון", והיו האבנים האלה לזכרון בהיכל ה'.

פאר'ן באקוועמליכקייט פונעם ציבור, ספעציעל אין אנבליק פון די יעצטיגע אומשטענדן און רעגולאציעס, איז באשלאסן געווארן צוצושטעלן א ספעציעלע 'טשארטער פליגער', פאר די משתתפי הנסיעה.
מטעם די מארגני הנסיעה והשבת ווערט איבערגעגעבן א וויכטיגע מעלדונג און דערמאנונג אז היות ס'ווערט יעצט אויסגעארבעט און באשטעלט אלע געברויכן אויף די נסיעה, באזירט לויט'ן צאל משתתפים, דערפאר די אלע וואס ווילן זיך נאך מיטכאפן און רעגיסטרירן ווערן געבעטן דאס צו ערעלעדיגן וואס פריער דורכ'ן צייטליך אריינרופן אינעם "נסיעה-אפיס" אויף: 845.751.1210.

לויט'ן סדר הנסיעה וועט מען אי"ה זיין צוריק אין ניו יארק צומארגנס פונעם געהויבענעם שבת, זונטאג נאכט פ' ויצא, אנגעהויפענט און איבערגענומען מיט באגאזשן שפע קודש און רגשי התרוממות נאכ'ן מיטלעבן דעם היסטארישן שבת בעיר האבות.

שמעו אלי רודפי צדק, מבקשי ה', הביטו אל צור חוצבתם!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגח' מרחשון תשפ"ב10/14/2021

מודעה
מסע הקודש - ושבתי שב"ק פ' תולדות הבעל"ט בעיר האבות סיגוט יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

מיטוואךי"ד מרחשון תשפ"ב10/20/2021

מודעה
מסע הקודש - ושבתי שב"ק פ' תולדות הבעל"ט בעיר האבות סיגוט יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

מיטוואךכ"א מרחשון תשפ"ב10/27/2021

מודעה
מסע הקודש - ושבתי שב"ק פ' תולדות הבעל"ט בעיר האבות סיגוט יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה

קומענדיגן זונטאג ויצא לסדר מה נורא המקום הזה נאכן היסטארישען שבת תולדות - בעיר האבות סיגוט ביים מסע הקודש ושבתי בשלום אל בית אבי, וועט פארקומען די התרגשות'דיגער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין גדול "היכל הביהמ"ד - מקוה גדולה - וחדרים להכנסת אורחים" וואס וועט ווערן אויפגעבויעט סמוך ונראה צום ציון הק' פון רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי"ע אין שטאט אוהעל דורכן "וועד הציון הקדוש" שע"י החברה קדישא דקהלתינו הק', - צוגאב צו די ביז יעצטיגע עקזיסטירנדן איבערגעפרישטן בנין וואס איז שוין צר המקום מהכיל.

דער גרויסע מעמד "הנחת אבן הפינה" וועט פארקומען במעמד קהל רב חסידים ואנשי מעשה, די הונדערטער נדיבים ונגידים בעם וועלכע וועל מיטהאלטן די מסע הקודש, אזוי אויך א גרויסע ציבור פון אנ"ש תושבי אייראפע וועלכע וועלן האבן די גלעגענהייט מיטצוהאלטן די מעמדים אין אוהעל, און וועט זיין אין שפיץ פונעם גרויסן מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער איז ממשיך בגאון ועוז די גאלדענע קייט פון די מנהיגי ומאורי הדורות לבית עצי התמרים וואס ציעט זיך פונעם ריש השושילתא דקדישא דער הייליגער ישמח משה זי"ע.

אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די וויכטיגע צוגרייטונגען אהערצושטעלן דעם מעמד נרגש ברוב פאר והדר, און מסדר זיין אלע נויטיגע איינריכטונגען צו ענטפאנגן דעם ציבור הגדול וואס וועלן זיך אי"ה באטייליגן ביי דעם דערהויבענעם איבערלעבעניש.

גדול יהיה כבוד הבית הזה, בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

פרייטאגכ"ג מרחשון תשפ"ב10/29/2021

מודעה
צווישן די וויכטיגע חפצים וועלכע ליגט אינעם האנט באגאזש, וואס ווערט פארטיילט אין די יעצטיגע טעג פאר אלע מיטרייזענדע צו די געהויבענע נסיעה ושבתי מיט כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א צום עיר האבות סיגוט, געפינט זיך אט די צוויי באלערנדע קונטרסים אלה תולדות און פרי תמרים וועלכע זענען נארוואס ערשינען לכבוד די נסיעה הרוממה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ה מרחשון תשפ"ב10/31/2021

ווידיאו
גרויסארטיגע הכנות אינעם עיר האבות סיגוט צום מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קומענדיגן שב''ק תולדות. צווישן אנדערע איז אויפגעשטעלט געווארן א ריזיגן טענט צו אקאמאדירן דעם ציבור פון אנשי שלומינו נגידים ונדבני הבנין משתתפי הנסיעה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

מאנטאגכ"ו מרחשון תשפ"ב11/1/2021

ווידיאו
הכנות אינעם עיר האבות סיגוט צום מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קומענדיגן שב''ק תולדות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

דינסטאגכ"ז מרחשון תשפ"ב11/2/2021

ווידיאו
די פראכטפולע נייע בית המדרש הגדול עצי התמרים וואס מ'האט געבויעט אינעם שול הויף אין שטאט סיגוט אויפן מקום שהתפללו בו אבותינו הקדושים זי''ע, וואס איז נארוואס פארטיג געווארן און וועט באנייט ווערן דורך ממשיך דרכם כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי די געהויבענע מסע קודש ושבתי דעם קומענדיגן שבת פרשת תולדות הבעל''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מודעה
מעמד המרומם הנחת אבן הפינה צום בנין הגדול והחדש הכנסת אורחים בשכינות פונעם ציון הקדוש אין שטאט אוהעל, מקום מנו"כ פון רבינו משה איש האלוקים מרן הישמח משה זי"ע.

וברית אבות לבנים תזכור

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

מיטוואךכ"ח מרחשון תשפ"ב11/3/2021

בילד
די נייע פראכטפולע ביהמ''ד הגדול עצי התמרים אינעם שול הויף בעיר האבות סיגוט כלול בהדרו, גרייט אויפצונעמען דעם פמליא בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים געהויבענעם מסע קודש ושבתי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה