בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"א מרחשון תשפ"ב10/27/2021

באריכט
אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה

קומענדיגן זונטאג ויצא לסדר מה נורא המקום הזה נאכן היסטארישען שבת תולדות - בעיר האבות סיגוט ביים מסע הקודש ושבתי בשלום אל בית אבי, וועט פארקומען די התרגשות'דיגער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין גדול "היכל הביהמ"ד - מקוה גדולה - וחדרים להכנסת אורחים" וואס וועט ווערן אויפגעבויעט סמוך ונראה צום ציון הק' פון רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי"ע אין שטאט אוהעל דורכן "וועד הציון הקדוש" שע"י החברה קדישא דקהלתינו הק', - צוגאב צו די ביז יעצטיגע עקזיסטירנדן איבערגעפרישטן בנין וואס איז שוין צר המקום מהכיל.

דער גרויסע מעמד "הנחת אבן הפינה" וועט פארקומען במעמד קהל רב חסידים ואנשי מעשה, די הונדערטער נדיבים ונגידים בעם וועלכע וועל מיטהאלטן די מסע הקודש, אזוי אויך א גרויסע ציבור פון אנ"ש תושבי אייראפע וועלכע וועלן האבן די גלעגענהייט מיטצוהאלטן די מעמדים אין אוהעל, און וועט זיין אין שפיץ פונעם גרויסן מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער איז ממשיך בגאון ועוז די גאלדענע קייט פון די מנהיגי ומאורי הדורות לבית עצי התמרים וואס ציעט זיך פונעם ריש השושילתא דקדישא דער הייליגער ישמח משה זי"ע.

אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די וויכטיגע צוגרייטונגען אהערצושטעלן דעם מעמד נרגש ברוב פאר והדר, און מסדר זיין אלע נויטיגע איינריכטונגען צו ענטפאנגן דעם ציבור הגדול וואס וועלן זיך אי"ה באטייליגן ביי דעם דערהויבענעם איבערלעבעניש.

גדול יהיה כבוד הבית הזה, בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
👁 1.13K