בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

ביקור המרומם אין מאנטרעאל שב''ק חיי שרה חשון תשפ''ג

כ"ב מרחשון תשפ"ג – כ"ח מרחשון תשפ"ג · 47 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מיטוואךא' מרחשון תשפ"ג10/26/2022

מודעה
הכנה דרבה בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל לקראת 'המסע הקודש' שבת חיי שרה במאנטרעאל יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ' מרחשון תשפ"ג11/14/2022

מיטוואךכ"ב מרחשון תשפ"ג11/16/2022

מודעה
מודעות מטעם 'וועד האש"ל' דקהלתינו הק' אין מאנטרעאל יצ"ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

מיטוואך פרשת חיי שרה פארנאכטס, אין די יעצטיגע מינוטן האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית יואל צום סטוארט עירפארט, אויפן וועג צום ביקור המרומם ומסע קודש קיין מאנטרעאל - קאנאדא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
נייעס
מיטוואך פרשת חיי שרה 6:45 אויפדערנאכט, אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן ביקור המרומם ומסע הקודש קיין מאנטרעאל - קאנאדא.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין מאנטרעאל ארום 7:35 אינעם YUL עירפארט טערמינאל B.

תושבי מאנטרעאל - קאנאדא לבשי בגדי תפארתך, הנה מלכך בא!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
מלך ביופיו תחזנה עינינו

מיטוואך פר' חיי שרה 7:35 אויפדערנאכט, ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט מאנטרעאל, ווי רבינו שליט''א ווערט אפגעווארט דורך זקני ונכבדי אנ''ש.

רבינו שליט''א וועט תיכף צופארן צו בית מדרשינו הגדול והמופאר ווי עס וועט פארקומען די מעמד קבלת פנים רבתי מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער אנ''ש ובראשם די רבני העיר שליט''א.

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, ברוך שהחיינו וקימנו והגענו לזמן הזה!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א עוסק בתורה אויפן פריוואטען פליגער אינטערוועגנס קיין מאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ג מרחשון תשפ"ג11/17/2022

ווידיאו
מעמד קבלת פנים רבתי פאר כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בבית מדרשינו הגדול במאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ברך משה'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ה'.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

שפעטער איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי ברוך זינגער אבד"ק ור"מ אלכסנדר בב"פ, לרגל שמחת נישואי בנו, ווי דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א משלחת פון 'כולל חיבת ירושלים' מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם דינער השנתי דעם מוצ"ש אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטאריע פונעם כולל און איבער די פילצאליגע פעולות לטובה פונעם כולל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון חיים זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ויואל משה'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמואל יצחק ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א ר"י זעווהיל בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע לומד'ישע שמועס אין פארשידענע מקצועות התורה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 4:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק א'

ארום 6:00 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט עירפארט, און ארום 6:40 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג צום ביקור המרומם ומסע הקודש קיין מאנטרעאל יצ''ו.

ברוך הבא בשם השם

אום 7:35 אויפדערנאכט האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדעט אינעם ארטיגן עירפארט, אינדרויסן ביים עירפארט האבן אפגעווארט בשירה וזמרה א גרויסער ציבור פון אנ''ש מקבל זיין פני קדשו פון רבינו שליט''א, זקני ונכבדי העדה, בעלי בתים אברכים ובחורי חמד, און דער גאנצער עולם איז אריבער שלום געבן.

פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך אברהם פערלמוטער הי"ו.

בבית האכסניא איז אריין בקו"פ אויף א באזוך הרבני הנגיד הנכבד ר' הערשל פריעדמאן הי"ו דער אייגענטומער פונעם באוואוסטן בית השחיטה אגרי-סטאר אין אייאווע, ווי די מערכת השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו איז סטאנציאנירט.

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול והמופאר צום מעמד קבלת פנים רבתי בתופים ובמחולות מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער אנ''ש זקנים עם נערים בחורי חמד וילדי תשב''ר ובראשם די פולע רבני ודייני העיר שליט''א.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פראכטפולע חדרי התפילה און דערנאך ארויף אין היכל הביהמ"ד צום פייערליכע מעמד.
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו מגבאי הביהמ"ד, ווי ער האט אויפגערופן הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק', וועלכע האט מיט רגשי הלב באגריסט און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און געזאגט הארציגע ווערטער לכבוד המאורע, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פעולות לטובה און השפעה וואס רבינו שליט"א האט, און די זכי' וואס אנשי שלומינו האבן זיך צו מסתופף צו זיין בצילו קדישא של רבינו שליט"א.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט דערמאנט די נסיעות פון רבותינו הקדושים זיע"א אין מאנטרעאל, די השפעות וואס זיי האבן משפיע געוועהן לנצח נצחים, און אין זייער זכות האט מען זוכה געוועהן צום חנוכת הבית פון אזא הערליכן ביהמ"ד לתורה ולתפילה, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' אין מאנטרעאל, די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור 'יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם' און מען זאל ווייטער קענען אנגיין בהרחבת הדעת עד ביאת הגואל בב"א.
נאך די דב"ק האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן אויף שבת פון ניו יארק ווי דער רב שליט''א וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה צוליב א שוואכקייט, דערנאך האט הגה''צ אבד''ק שליט''א אויפגעטרעטן און ארומגערעדט בשבח הקהילה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה וואס אנ''ש האבן מיט די באזוך פון רבינו שליט"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נגוני שמחה בשעת די גאנצע ציבור אנשי שלומינו זקנים עם נערים זענען אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט.

נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 10:40.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
וויכטיגע מעלדונג פון חברים דמאנטרעאל

פרייטאגכ"ד מרחשון תשפ"ג11/18/2022

באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ב'

דאנערשטאג פרשת חיי שרה


ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בנין שמואל בנימין' צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון כתה ו' און העכער, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די תשב"ר וועלכע האבן עוסק געווען בלימוד התורה פארן דאווענען, דער רבי איז ארומגעגאנגען די טישן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.

רבינו שליט''א האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שלום שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל).
ביים ליינען האבן עולה געווען, כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ג רבי מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו הק', שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, גלילה הב' הבר מצוה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד 'בני הם' בהיכל הביהמ"ד, דורך די נאענט צו 250 ילדי תשב"ר דקהלתינו הק' פון כתה א' און ארויף, די קינדער האבן געזינגען ניגוני דביקות און עטליכע קינדער האבן פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר נתן בנימין עקשטיין שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים וואס די קינדער שפירן צום געהויבענעם באזוך און צוגעגרייט די קינדער מקבל צו זיין די דב''ק והדרכה פון רבינו שליט"א.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די מלמדים, די קינדער, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען צו נזהר זיין במידת האמת, גיין מיט די ציצית אינדרויסן, דאווענען און זאגן ברכות אויפן קול און מיט כוונה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט דער רבי געגעבן שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער נעמען א געבענטשטע מטבע פון רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 2:30 האט רבינו שליט''א באזוכט ביי די רבני העיר שליט''א ווי עס האט זיך פארצויגן הערליכע שמועסן בתורה וחסידות, סיפורים והנהגות, און נאך.
צום ערשט איז דער רבי אריבער אויף א פריוואטע באזוך ביי גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א פאר א לענגערע צייט.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ור''מ ראשית חכמה מאנטרעאל, אויך איז אנוועזנד געווען תלמידי ישיבתו 'ראשית חכמה' מיט די ראשי הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס בעניני שליחות, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, נאכן באזוך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און דער רב שליט''א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יחיאל מאיר כ"ץ שליט"א אב"ד דזשיבוי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים זיע"א און נאך, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער רב האט ארויסבאגלייט דעם רבין ביז צו די גאס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א תורה'דיגע שמועס, דערביי האט דער דיין געוויזן פארן רבין תשובות וואס ער האט ערהאלטן פון הרה"ג דומ"ץ קהלתינו מאנטרעאל שליט"א און מען האט ארומגערעדט איבער די הידורים פון א קוואל מקוה, עירובין אין דער אלטע היים, אין סיפורים פונעם ישמח משה זיע"א, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער דיין האט ארויסבאגלייט דעם רבין ביז צו די גאס.

נאכן באזוך ארום 5:00 האט רבינו שליט''א געדאווענעט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

נאך מנחה ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטרעאל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורים פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע"א און פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, האדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכן באזוך האט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א געבעטן דער ציבור ארויסצוגיין און האט זיך איינגעשפארט מיטן רבי'ן אויף עטליכע מינוט, און דערנאך האט האדמו''ר מוויזניץ ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א רב דקהל וויזניץ ארה''ק במאנטרעאל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה און סיפורים פונעם דברי חיים זיע"א, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער רב שליט''א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטרעאל, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די שחיטה אין מאנטרעאל, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 7:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מעריב בבית האכסניא, נאך מעריב פון ארום 8:10 איז געווען די ערשטע חלק זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי מאנטרעאל, וואס זענען אריין לויט א פאראויס באשטימטע סדר און האט זיך געצויגן ביז ארום 11:45 אויפדערנאכט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - תפילת שחרית דאנערשטאג אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון כתה ו' און העכער, בבית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה