בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"א מרחשון תשפ"ג11/15/2022

באריכט
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ברך משה'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ה'.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

שפעטער איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי ברוך זינגער אבד"ק ור"מ אלכסנדר בב"פ, לרגל שמחת נישואי בנו, ווי דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א משלחת פון 'כולל חיבת ירושלים' מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם דינער השנתי דעם מוצ"ש אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטאריע פונעם כולל און איבער די פילצאליגע פעולות לטובה פונעם כולל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 873