כ"א אדר א' תשפ"ב – כ"ז אדר א' תשפ"ב · 79 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
מיטוואךכ"ב אדר א' תשפ"ב2/23/2022
באריכט
דינסטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש'פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים לאנדא הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל ההילולא, ביים מסיבת לחיים האבן די רמ''י הישיבה איבערגעגעבן די תירוצים אויפן רבינ'ס קשיא וואס איז אויסגעארבייט געווארן דורך די תלמידי הישיבה, דער רבי האט איבערגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח, דער רבי האט געטרונקען לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מרביצי תורה און די בחורים.
נאכמיטאג אים 4:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא.
באריכט מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק א'
נאך מנחה אים 4:45 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מסע הקודש קיין מאנטשעסטער, און אים 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אינעם JFK עירפארט, נאכן מסדר זיין געשיקט אלע פארמאליטעטן, איז רבינו שליט''א אריין אין א פריוואטע צימער ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
מיטוואך אים 8:00 אינדערפרי אין מאנטשעסטער האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדענט אינעם ארטיגן עירפארט, ביים אראפשטייגן פון פליגער איז דער רבי אפגעווארט געווארן דורך ר' יוסף סנדלר דער טשאפלעין פונעם עירפארט און באגלייטונג פון הרב יואל הורוויץ שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א.
אינדרויסן ביים עירפארט האבן אפגעווארט בשירה וזמרה א גרויסער ציבור פון אנ''ש מקבל זיין פני קדשו פון רבינו שליט''א, זקני ונכבדי העדה, בעלי בתים אברכים ובחורי חמד ובראשם הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א, און הרה''ג ר' דוב מרדכי ווארפמאן שליט''א רב ביהמ''ד זכרון יחזקאל, און דער גאנצער עולם איז אריבער שלום געבן.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א און נאך עטליכע מינוטן פון אפרוה איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה''ח ר' בנימין לעברעכט הי''ו.
ארום 10 אזייגער איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול במאנטשעסטער ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי הת''ת פון די עלטערע כתות, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים בשירה וזמרה דורך די איבער 500 ילדי תשב''ר במוסדותינו הק', און עטליכע קינדער האבן פארגעזונגען חרוזים לכבוד המאורע. הגה"צ אב"ד קהלתינו שליט"א האט מיט רגשי הלב באגריסט און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בברכת שהחיינו, און געזאגט הארציגע ווערטער לכבוד המאורע און דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכה פאר די קינדער ובפרט איבער מידת האמת און איבער דאווענען במתינות אויפן קול און גיין מיט די ציצית אינדרויסן, און מסיים געווען בברכות קדשו. נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגן לכבוד דעם געהויבענעם מעמד, און די קינדער פון די עלטערע כתות האבן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א מתנה פון 3147 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן אין די לעצטע בהתמדה בלויז אין די לעצטע צוויי וואכן, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט''א, און דער רבי האט פאר יעדן געגעבן א מתנה למזכרת נצח. מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש בבית האכסניא.
און 5:30 וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה און פון 7:00 אויפדערנאכט וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה לאנ''ש תושבי מאנטשעסטער.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ג אדר א' תשפ"ב2/24/2022
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק ב'
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אין שטוב פון הרה''ג ר' דוב מרדכי ווארפמאן שליט''א רב ביהמ''ד זכרון יחזקאל ודומ"ץ מאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים וזכרונות מימי קדם, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבה קטנה במאנטשעסטער ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די נאנט צו הונדערט בחורי הישיבה ובהשתתפות הגה"צ אבד"ק ור"מ מאנטשעסטער שליט"א, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי און גומל געבענטשט, נאך קדיש זענען די פולע געסט מעבר לים אריבער גומל בענטשן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה, עס האט זיך אויך באטייליגט הרה"ג ר' ישראל פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד טשארטקוב - בעל אכסניא של תורה פון די ישיבה, מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' יואל קעלנער שליט"א, און האט איבערגעגעבן א מנחת בכורים פארן רבין פון 4106 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורים אין די לעצטערע וואכן, און איבערגעגעבן א כוללת קוויטל פון אלע נעמען.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן רב שליט"א די מרביצי תורה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש צום ערשט א לענגערע דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור, און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים בפרט איבער די חשיבות פון די בחור'ישע יארן, לערנען בהתמדה און מיטן מח, וואס עס מיינט א ערליכע חסיד'ישע בחור, אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, זיין אפגעהוטען פון די כלים טמאים, מידת החסד, און נישט רעדן מיט תפילין, און ארויסגעברענגט קורת רוחו פון די חשובע מתנה פון די שעות רצופות פון די בחורים, און דערמאנט דעם שם טוב וואס די ישיבה טראגט, און דערנאך באגריסט אב"ד טשארטקוב בעל אכסניא פון די ישיבה, און מסיים געווען בברכות קדשו. נאך די דב''ק האט רבינו שליט"א פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים, מען האט געענדיגט ארום 1:20.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך בבנין התלמוד תורה, צום ערשט איז דער רבי ארויף אין אלע שטאקן און אריין אין אלע כתות פון אלע יארגענג, דער רבי האט זיך אומגעקומט מיט א גרויס קורת רוח און פאהערט די קינדער. דערנאך איז דער רבי אריין אינעם ביהמ"ד ווי עס זענען געזעהן פארזאמעלט די קינדער פון כתות ז' ח' מען האט געזונגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט תעודות פאר די קינדער וואס האבן זיך פארהערט די לימודים.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער צום דערנעבענדיגן בנין הת"ת 'בית ישעי זאב לעוו' צום ערשט איז דער רבי אריין אין די כתות פון קינדערגארטן די קינדערלעך האבן געזינגען נגונים. דערנאך איז דער רבי ארויף אין ביהמ"ד פון מכינה לישיבה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט אלע כיתות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קורת רוח און פארהערט די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 2:05.
שפעטער וועט רבינו שליט"א באזוכן בבנין הישיבה החדש, און אינעם בית רחל.
און 5:30 וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה און פון 9:00 אויפדערנאכט וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה לאנ''ש תושבי אייראפע.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ד אדר א' תשפ"ב2/25/2022
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק ג'
דאנערשטאג נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי גבריאל קרויס שליט''א דומ"ץ דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער יצ'ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער פארשידענע שאלות בעניני ברכות, דער דיין שליט''א האט געגעבן פארן רבי'ן א מתנה זיין ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן און רבינו שליט''א האט צוריקגעגעבן א מתנה ספרו לב אהרן, דערנאך האט דער דיין מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער דיין האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס טראץ זיינע שוואכע כוחות.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א ביקור ידידות אין שטוב פון כ''ק אדמו''ר מהורדענקא שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע תורה'דיגע שמועס און נאך פארשידענע אינטערסאנטע זכרונות מימי קדם, הורדענקא רבי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי אהרן גרינפעלד שליט''א דומ''ץ בעלזא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע שאלות אין די שטאט און ספעציעל איבער די שחיטה פון קהל מחזיקי הדת איבער אלע הידורים און חומרות, אויך האט זיך באטייליגט הרה''ג ר' מנחם סימאן שליט''א ראש השוחטים מחזיקי הדת וחבר הנהלת ישיבתינו הק' במאנטשעסטער, ער האט געוויזן פארן רבי'ן זיינע חלפים בודק צו זיין, וואס דער רבי האט זייער מפליא געווען, דערנאך האט ער געלאדענט דעם רבי'ן צו קומען אויף א באזוך אין די בית השחיטה אויף קומענדיגן מאנטאג. דער דיין האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכדעם איז דער רבי אריבערגעפארן ביים שטח פונעם בנין הישיבה החדש דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח און ווארים געווינטשן פאר די הנהלת הישיבה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין הבית רחל החדש והמפואר, צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מנחה און איינע פון די קלאסן. דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגן אויף אלע שטאקן אין אלע קלאסן און אפיסעס און באוואונדערט די בוי ארבייט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די הנהלה און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה א פראכטפולע וויין פלאש פאר די צוויי ראשי הבית רחל הרב יואל הורוויץ שליט''א רוח החיים דקהלתינו הק' במאנטשעסטער, און הרב ליפא טאגער הי''ו, און דער רבי האט באטראכט די פלענער פון די פרישע צוויי שטאק וואס וועט צוגעבויט ווערן צום יעצטיגן בנין.
דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לביתו נאוה קודש בבית האכסניא ווי עס איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע צוויי אותיות און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אים און זיין גאנצע משפחה.
שפעטער אויפדערנאכט פון ארום 7:30 איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ''ש תושבי אייראפע וואס האט זיך פארצויגן ביז אין די פריע פארטאגס שעהן אים 3:15, ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב און דאן ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית, דאס ביהמ"ד איז איז שוין געווען אריבערגעפילט מיט די שווערע הונדערטער געסט וועלכע זענען געקומען להסתופף בצל הקודש. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' יואל שרגא ברוך פערלמוטער שליט''א ר"מ בישיבתינו הק' בלאנדאן. אויפ'ן וועג ארויס נאכן דאווענען האבן פולע געסט שלום גענומען.
בבית האכסניא איז פארגעקומען אן אסיפה מיט הרה"ג רבי שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם בקהלתינו הק' בני ברק, ווי מען האט אויסגעשמועסט די גאנצע נושא פון די מזוזות פראבלעמען, און די לעזונג דערצו וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט.
אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ורמ"י ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שב"ק במחיצת הקודש, און זענען אריבער שלום נעמען.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ו אדר א' תשפ"ב2/27/2022
באריכט
באריכט מסע הקודש חלק ד' - השבת נועם הנשמות, בצל כנפיך יחסיון
שב"ק פרשת ויקהל שבת שקלים מברכים חודש אדר ב', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דורכאויס דעם מסע הקודש קיין מאנטשעסטער לחיזוק וביסוס אנ''ש תושבי אייראפע ולרגל די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער יצ"ו.
אור פניך עלינו אדון נשא: מיט געהויבענע געמיטער בחדרת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה האבן טויזענטער אנ''ש תושבי אייראפע מיטגעלעבט דעם היסטארישן שבת קודש במחיצת הקודש פון רבינו שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער און זיך אנגעווארימט באורו הבהיר ביי די הייליגע תפילות און געהויבענע טישן.
במשך דעם שבת קודש ביי די תפילות איז דער ביהמ''ד הגדול מיט אלע שטיבלעך און צוגעלייגטע שאטערס, און ביי די עריכת השלחנות אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאל, געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום מיט טויזענטער אנ''ש תושבי אייראפע, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענער שבת לחסות בצל הקודש.
עקסטער איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלע גרויסע לאקאל ווי סאיז געווען צוגעשטעלט די סעודות שב''ק פאר די הונדערטע געסט, און א ספעציעלע פראטכטפולען מקום פאר די נכבדי העדה.
ערש''ק שפעט נאכמיטאג איז געווען בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א הגה''צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט''א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע איז ספעציעל ארויסגעקומען אויף שב''ק במחיצת הקודש, ער האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט''א און זיך געבענטשט ווי דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר"י).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:45. דערנאך איז דער ריזן ציבור אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און נאך הונדערטער אידן מבני העיר וואס האט זיך פארצויגן צו א שעה צייט, און דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לבית האכסניא אויף שב"ק אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.
ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאל אין שטאט, במעמד אלפי אנ''ש תושבי אייראפע ווי עס האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון אלע רבני ודייני עיר מאנטשעסטער.
במשך דעם שלחה"ט האט מען א לענגערע צייט געזונגן ניגוני שב"ק מיט א התלהבות וואס האט מיטגעשלעפט דעם ריזיגן ציבור. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגאון רבי חיים היימליך שליט''א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת, מנוחה ושמחה: הגאון רבי אהרן גרינפעלד שליט''א דומ''ץ בעלזא.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן קריאה פון שקלים אויפן פסוק "כי תשא את ראש בני ישראל" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא מן התורה לקולא או לחומרא.
קה אכסוף: הגאון רבי ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט''א רב דביהמ''ד זכרון יחזקאל ודומ''ץ מאנטשעסטער, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' חיים מאיר ארנסטער שליט''א אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער צו פארזונגען רחם. ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק התפארת שלמה זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ט אדר.
קה רבון עלם: הגה"צ ר' חיים ווייס שליט"א אב"ד טשערנאביל מאנטשעסטער, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א דומ''ץ קהלתינו אנטווערפן מיט אור פניך לכבוד שבת שקלים, וואס דער רבי האט געזונגן בבכיות ובהתעוררות רב. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ישראל פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד טשארטקוב. נאך די פירות איז פארגעקומען דער שלום זכר פאר עטליכע מאנ"ש אין אייראפע. מען האט געענדיגט ארום 1:15. וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:25 פסוקי דזמרה: ברכות הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בקר''י, פסוקי דזמרה הרה''ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו לאנדאן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מרדכי זיסקינד לאנדא הי"ו (לאנדאן), הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו (לאנדאן). פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן).
עליות. כהן: בעל שמחה ר' מרדכי יהודא שווארץ הי"ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען), שלישי: הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, רביעי: הגה"צ אבד"ק לאנדאן שליט''א, חמישי: הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א מרבני קהלתינו אנטווערפן, שישי: הגה"צ אבד"ק מאנטשעסטער שליט"א, שביעי: החתן ישראל ישכר ב"ר אליעזר לעוו הי"ו - באווארפן, אחרון: הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו שליט"א ראה"ק לאנדאן, וועלכע האט אויך געשנדר'ט א ריזן סכום פאר'ן נייעם היכל התורה שע"י בית מדרשינו מאנטשעסטער, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו (ב"ב), גלילה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק מאנסי.
מפטיר - קריאה פון שקלים: רבינו שליט"א, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו (קר"י), גלילה: הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו (מאנטשעסטער).
מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לכבוד שבת שקלים און געזאגט די יוצרות און פיוטים מיט א השתפכות הנפש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם (ב"ב).
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' ישראל מאיר זילביגער שליט''א רב הצעיר ביהמ"ד 'החדש' אין מאנטשעסטער, ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבנו למז''ט, דער רבי איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות כרגיל.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער אינעם זאל פון עדת ישורון ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים שמחת הקידושא רבא פון החתן בן הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו פון לאנדאן, דער רבי האט קידוש געמאכט און ווארים געוואונטשן פארן חתן ומחותנים.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א, ביים סעודת יום שב"ק האבן מיטגעגעסן די משפחה פונעם בעל אכסניא, ווי אויך הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בדברי תורה וחסידות. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די זאלן פון בית יעקב ארום 6:10. מנחה: הרה''ח ר' אלחנן טויבער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עמרם צבי טויבער הי"ו, כהן: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה"ג ר' יחזקאל אינזליכט מו"ץ קהלתינו לאנדאן, שלישי: הרה"ח ר' ישראל ישכר לעוו הי''ו בן הגה''צ ר' שמעי' שליט''א דומ''ץ קהלתינו לאנדאן, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרב ליפא טאגער הי"ו (מאנטשסטער).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ג ר' שלום לאנדא שליט''א מרבני איגוד הרבנים מאנטשעסטער, שיר המעלות: הרה''ג ר' עקיבא שטערן שליט''א מו"ץ וראש חבורה בכוללינו מאנטשעסטער.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת שקלים און מעורר געווען בעניני תשובה והתעוררות.
ידיד נפש: הרה''ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט''א מו''ץ ומרביץ תורה בקהלתינו מאנטשעסטער, קל מסתתר: הרה''ג ר' משה מרדכי שיינפעלד שליט''א ראש חבורה בכוללינו מאנטשעסטער. שושנת יעקב: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
אים 10:35 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דורך תלמידי ישיבתינו הקדושה 'תורה ויראה' לאנדאן. מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, און זיי האבן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן טויזענטער שעות רצופות. דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה און פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים וואס האבן געלערנט די שעות רצופות. אויך זענען שפעטער אריין בקודש פנימה צענדליגער בחורים תלמידי ישיבת עץ חיים ווילרייק ותלמידי ישיבה קטנה במוסדותינו הק' באנטווערפן וועלכע האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א 2353 שעות רצופות און רבינו שליט''א האט פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים.
דערנאך איז ווייטער געווען זמני כניסה ווי עס זענען אריבער שלום נעמען פולע פרישע צענדליגער געסט פון לאנדאן וועלכע זענען ארויסגעקומען צום גרויסארטיגן כינוס אנ''ש תושבי אייראפע.
דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות פון די נדבנים החשובים וואס האבן געגעבן גרויסע סכומים און געקויפט די זכותים אדירים בבניני מוסדותינו הק' בנין ישיבה קטנה החדש און אינעם בנין הבית רחל. משפחת לעוו הנכבדה, הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי''ו, הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו, הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א, הרבני הנגיד ר' חיים טאגער הי''ו. רבינו שליט''א האט גע'חתמ'ט די שטרות מיט אלע נדבנים באזונדער און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו.
אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו
ארום 12:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן במקהלות אלפי אנ''ש, ווי עס איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער כינוס כללי פאר כלל אנ''ש תושבי אייראפע, והנחת אבן הפינה פאר בניני מוסדותינו הק' במאנטשעסטער בנין הישיבה קטנוה החדש, הרחבת והוספות בנין הבית רחל.
ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויפן פלאץ 'בורא עולם בקנין השלם זה הבנין'. במשך דעם געהויבענעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה ר' יואל קליין הי"ו ראש המשוררים בחצרות קדשינו בארה''ק און באגלייטונג פונעם נעימות קווייער אינאיינעם מיט א ילד הפלא. דערנאך האט הרב יצחק כהנא הי''ו פארגעזונגען לענגערע דברי חרוזים לכבוד המאורע.
נאך לענגערע ניגוני התעוררות האט רבינו שליט''א געלייגט די צוויי שטיינער פאר די צוויי בנינים במוסדותינו הק' אין שטאט בשעת ווען דער ציבור זינגט ניגוני תפילה להשי"ת און דערביי ווערט פארגאסן טייכן טרערן בתפילה לאל חי על צאצאינו ועל דורותינו.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דעם משא הקודש, דבר ה' וחובת השעה דברי חיזוק והדרכה פאר כלל אנ''ש תושבי אייראפע, ובתו''ד ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער און איבער די חשיבות פון די קהילה ומוסדות, ודברי שבח פון די חשובע נדבנים בוני הבנין, און מסיים געווען בברכות קדשו.
אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
להורות את דבר ה' זו הלכה
ביי א ענגע אסיפה יעצט זונטאג נאכט בבית אכסניית כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אין מאנטשעסטער אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד קהלתינו שליט"א, איז באשלאסן געווארן מייסד צו זיין א בית הוראה בקרב קהלתינו הק' לשרת את הציבור וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן בקרב הימים, און רבינו שליט"א האט ממנה געווען 5 מורי הוראה וועלכע זאלן עומד זיין לשרת בקודש ולהורות את דבר ה' אינעם נייעם בית הוראה דקהלתינו הק' תחת פיקוח הגה"צ אבד"ק שליט"א.
די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א, הרה"ג ר' יהושע לעברעכט שליט"א, הרה"ג ר' עקיבא שטערן שליט"א, הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' משה מרדכי שיינפעלד שליט"א.
ביי די אסיפה האט אויפגעטרעטן מיט קורצע טרעפליכע ווערטער הגה"צ אבד"ק שליט"א בגודל נחיצות הענין, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט דברות קודש והדרכה און מאציל געווען מברכות קדשו, און צום שלוס געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר יעדן פון די מורי צדק עקסטער לכבוד דעם נייעם התמנות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ז אדר א' תשפ"ב2/28/2022
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין מאנטשעסטער ענגלאנד חלק ה'.
זונטאג פר' פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 10:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בענעדיקט הי"ו (לאנדאן). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור.
נאך שחרית ארום 12:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד 'החדש' בשכינות פון בית מדרשינו וואס איז געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער לומדי תורה יוושבי אוהל ואבריכי הכוללים פון איבער די שטאט. צום ערשט האט רבינו שליט"א באגריסט דעם מקום תורה וואס איז פקיע שמי' און האט דערמאנט דעם רב הביהמ"ד הרה"ג ר' אברהם זילבערגער שליט"א וועלכע איז זקוק לרחמי שמים, און געוואונטשן אז דער זכות פון לימוד תורה ברבים זאל אים מגין זיין לרפו"ש בקרוב. דער רבי האט דאן משמיע געווען א לענגערע טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון חדש און האט אויף פארשידענע אופנים פארענטפערט די וועלטס קשיא וואס גייט ארום בשם דער רבי ר' יונתן אייבשיץ זצוק"ל, און האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בריתחא דאורייתא, דערנאך האט דער רבי אויסגעפירט מיט קורצע דברי דרוש ואגדה. מען האט געענדיגט ארום 1:40 , און מ'האט געזאגט קדיש כנהוג.
נאכדעם זענען צוגעקומען עטליכע לומדים וואס האבן זיך א לענגערע צייט מפלפל געווען מיט רבינו שליט"א אין די סוגיא. דערנאך איז דער רבי אהיים געגאנגן לבית האכסניא, אנקומענדיג בבית האכסניא האט דער רבי געבעטן מען זאל רופען דעם רב הצעיר פונעם ביהמ"ד פרעגן ווער עס זענען געווען די לומדים וואס האבן זיך מפלפל געווען נאכן שיעור, דער רבי האט זיי אריבערגערופען און נאכאמאל אויסגעשמועסט די סוגיא בטוב טעם ודעת א לענגערע צייט.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון ר' גבריאל קנאפלער שליט"א ראש ישיבת שערי תורה. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס אין די סוגיא פון מתנה על מנת להחזיר וואס מ'לערנט יעצט אין די ארטיגע ישיבה, דער ראש ישיבה האט מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטער שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה תחי' עב"ג נכד רבינו הבה"ח הרב אשר אנשיל בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הנגיד הנכבד ר' שמואל נתן הכהן קאהן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א פריוואטע מסיבה און חתימת שטרות אויף גרויסע סכומים וואס ער האט געגעבן לטובת די בניני מוסדותינו הק', פאר די ישיבה און פאר די בית רחל, אזוי אויך פאר'ן קרן הבנין פון בית חינוך לבנות בנות אר"י אין בני ברק. דער חשובער נדבן האט געזאגט שיינע דברי תורה און דערנאך האט דער רבי גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הגה"צ ר' פנחס ווייס שליט"א אב"ד טשערנאבל וראה"כ בהיכל כוללינו במאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בד"ת וסיפורי צדיקים אויך האט ער געוויזן פארן רבין א היסטארישע פנקס וואס ער האט בירושה פון זקינו הגה"ק המנחת יצחק זצ"ל וואס ער האט געשריבןן תיכף נאך די קריג בעניני היתר עגינות, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 5:40 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בבית האכסניא, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש תושבי אייראפע ביז אים 1:30 ביינאכט. ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען געווען אויף ביקור גומלין ביי רבינו שליט"א. הגאון ר' חיים היימליך שליט"א ראש הדיינים דק"ק מחזיקי הדת, כ"ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א, הגאון ר' ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט"א רב דביהמ"ד זכרון יחזקאל ודומ"ץ מאנטשעסטער, הרב חאזאן שליט"א. עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך דער מעיאר פון שטאט מאנטשעסטער וואס העלפט כסדר ארויס פאר די ארטיגע אידישע געמיינדע, און רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר זיינע לייסטונגן לטובת העיר ואנ"ש שיחי'. שפעטער אויפדערנאכט איז - ווי שוין ברייט באריכטעט -פארגעקומען די מעמד 'התיסדות בית הוראה והתמנות פון די חשובע מורי צדק בבית הוראה, תחת פיקוח הגה"צ אבד"ק שליט"א, דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט קורצע טרעפליכע ווערטער בגודל נחיצות הענין, און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק והדרכה און מאציל געווען מברכות קדשו. און צום שלוס געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר יעדן פון די מורי צדק עקסטער לכבוד דעם נייעם התמנות.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פר' פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט"א האט באזוכט אין די שטאטישע מקוה און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן חלק הכשרות, און דערנאך איז דער רבי געגאנגן דארט אין די מקוה.
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, הגבה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, גלילה: משב"ק הב' אלתר ברוך גפן הי"ו. נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אהיים לבית האכסניא און נאך פת שחרית האט דער רבי זיך ווארים געזעגענט און באדאנקט פאר דעם בעל אכסניא הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א ומשפחתו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל כוללינו במאנטשעסטער ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לומדים. אויפן וועג צום עירפארט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן דעם בנין התלמוד תורה ווי די קינדער האבן באגלייט בשירה וזמרה, און פון דארט צום בנין הבית רחל ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה פאר די תלמידות ומחנכות.
דערנאך איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית השחיטה דק"ק מחזיקי הדת אין באגלייטונג פון די ראשי הקהלה, און פון הגה"צ דומ"ץ בעלזא וועלכער איז דער רב בבית השחיטה, ווי דער רבי האט בודק געווען חלפים און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן סדר פון די בית השחיטה, וואס דער רבי האט זייער באוואונדערט.
ארום 12:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם מאנטשעסטער עירפארט און באגלייטונג פון הגה"צ אבד"ק שליט"א ונכבדי העדה מיט וועם דער רבי האט זיך ווארים געזעגענט. עס האט אפגעווארט דעם רבין דער טשאפלעין פונעם עירפארט ר' יוסף סאנדלער, נאך וואס אלעס איז געווארן מסודר איז רבינו שליט"א ארויף אויפן פליגער, און בערך אים 2:20 האט זיך בשעטו"מ געהויבן דער פליגער אויפן וועג קיין ניו יארק. אויפן פליגער האט דער רבי א לענגערע צייט עוסק געווען בתורה במסכת כתובות, און שפעטער אין די סוגיא ד'חדש.
ברוך הבא בשם ה'
נאכמיטאג אים 4:45 האט די פליגער בשעטו"מ געלאנדענט אינעם JFK עירפארט, ווי דער רבי און די פמלי' זענען תיכף אריבער די לעגאלע פארמאליטעטן. דער רבי האט געדאווענט מנחה דארט אין עירפארט, און אים 5:30 איז דער רבי ארויסגעפארן קיין קרית יואל, לביתו נאוה קודש.
אינטערוועגנס אהיים האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגה"צ אדמו"ר מחרדים זידיטשויב שליט"א און הגה"צ אב"ד באלחוב שליט"א ע"פ אחותם הרבנית הצד' מתולדות אהרן ע"ה.
אים 7:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען לביתו נאוה קודש ווי עס האבן מקבל פנים געווען דעם רבין בשירה וזמרה צענדליגער תלמידי המתיבתא, יעצט וועט דער רבי דאווענען מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ט אדר א' תשפ"ב3/2/2022
באריכט
מעמדי חתימת שטרות פון די נדבנים החשובים וואס האבן געגעבן גרויסע סכומים און געקויפט די זכותים אדירים בבניני מוסדותינו הק' במאנטשעסטער, בנין ישיבה קטנה החדש און בנין הבית רחל.
ערש''ק בבית האכסניא הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי''ו מראה''ק במאנסי.
מוצש''ק אין שטוב פון הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו. משפחת לעוו הנכבדה (לאנדאן), הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר"י), הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א (מאנטשעסטער), הרבני הנגיד ר' חיים טאגער הי''ו (קר"י).