בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ג אדר א' תשפ"ב2/24/2022

באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבה קטנה במאנטשעסטער ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די נאנט צו הונדערט בחורי הישיבה ובהשתתפות הגה"צ אבד"ק ור"מ מאנטשעסטער שליט"א, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי און גומל געבענטשט, נאך קדיש זענען די פולע געסט מעבר לים אריבער גומל בענטשן.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה, עס האט זיך אויך באטייליגט הרה"ג ר' ישראל פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד טשארטקוב - בעל אכסניא של תורה פון די ישיבה, מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' יואל קעלנער שליט"א, און האט איבערגעגעבן א מנחת בכורים פארן רבין פון 4106 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורים אין די לעצטערע וואכן, און איבערגעגעבן א כוללת קוויטל פון אלע נעמען.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן רב שליט"א די מרביצי תורה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש צום ערשט א לענגערע דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור, און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים בפרט איבער די חשיבות פון די בחור'ישע יארן, לערנען בהתמדה און מיטן מח, וואס עס מיינט א ערליכע חסיד'ישע בחור, אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, זיין אפגעהוטען פון די כלים טמאים, מידת החסד, און נישט רעדן מיט תפילין, און ארויסגעברענגט קורת רוחו פון די חשובע מתנה פון די שעות רצופות פון די בחורים, און דערמאנט דעם שם טוב וואס די ישיבה טראגט, און דערנאך באגריסט אב"ד טשארטקוב בעל אכסניא פון די ישיבה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט רבינו שליט"א פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים, מען האט געענדיגט ארום 1:20.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך בבנין התלמוד תורה, צום ערשט איז דער רבי ארויף אין אלע שטאקן און אריין אין אלע כתות פון אלע יארגענג, דער רבי האט זיך אומגעקומט מיט א גרויס קורת רוח און פאהערט די קינדער. דערנאך איז דער רבי אריין אינעם ביהמ"ד ווי עס זענען געזעהן פארזאמעלט די קינדער פון כתות ז' ח' מען האט געזונגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט תעודות פאר די קינדער וואס האבן זיך פארהערט די לימודים.

פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער צום דערנעבענדיגן בנין הת"ת 'בית ישעי זאב לעוו' צום ערשט איז דער רבי אריין אין די כתות פון קינדערגארטן די קינדערלעך האבן געזינגען נגונים. דערנאך איז דער רבי ארויף אין ביהמ"ד פון מכינה לישיבה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט אלע כיתות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קורת רוח און פארהערט די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 2:05.

שפעטער וועט רבינו שליט"א באזוכן בבנין הישיבה החדש, און אינעם בית רחל.

און 5:30 וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה און פון 9:00 אויפדערנאכט וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה לאנ''ש תושבי אייראפע.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️