בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

מיטוואךט"ו סיון תשפ"ה6/11/2025

בילדער · 5
הרב הגאון ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' אנטווערפען בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נעכטן אין וומסב''ג, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

פרייטאגב' שבט תשפ"ה1/31/2025

בילדער · 16
ערשטמאליגער יום שכולו תורה בקרב אנ"ש אין אייראפע - לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

שבת קודשכ"ח תמוז תשפ"ד8/3/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי ארום 7:00 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און דערנאך צוריק אריין בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.

ארום 7:50 איז דער רבי ארויף צום בית החיים בעיר האבות סיגוט, פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון אבותיו רבותינו הק' העצי התמרים זיע''א אינאיינעם מיט די הונדערטער אנ''ש איינצורייסן למען הכלל והפרט להפקד בדבר ישועה ורחמים.
ביים אנקומען אינעם בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריין אינעם אוהל הק' באימה וביראה וברגש קודש און געצינדן פינף ליכט ביי יעדע פון די ציונים פון מרן רבותינו הק' הייטב לב, הקדושת יו"ט, העצי חיים זיע''א, און אויך ביים ציון פון הרה"ק רבי משה יוסף אוהעל'ער זצ"ל, בשעת מען זינגט נגוני התעוררות 'מדת הרחמים עלינו התגלגלו' און דער רבי ווארפט זיך מיט שטורמישע בכיות וואס האט געשפאלטן אלע הערצער.
דער רבי איז צוריק צום ציון פונעם ייטב לב, און נאך עטליכע מינוטן האט דער רבי אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך מיוסד פון הגה''ק הישמח משה זיע''א מיט בכיות עצומות, און דערנאך פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון מיט בכיות א לאנגע צייט, און דער רבי האט געזאגט קדיש.
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת וואס מען זינגט מערערע ניגונים מבית מדרשו פון רבותיה"ק זיע''א און דערנאך האט דער רבי זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' א לאנגע צייט. דאן איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם קדושת יו"ט זיע''א געליינט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', און דערנאך ביים ציון פונעם עצי חיים זיע''א, ביי אלע דריי ציונים הק' האט דער רבי איבערגענומען קוויטלעך פון די אנ''ש עס געליינט און אראפגעלייגט ביים ציון הק'.
ארום 9:15 האט דער רבי פארלאזט דעם אהל הק' האבנדיג געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און צוריק שפאצירט צום שוהל הויף.

ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א.
דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען און דער רבי איז אראפ לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
דאנערשטאג מטו''מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

צהלי ורוני יושבת אנטווערפן - ביקור חיזוק בקרב אנ''ש


דאנערשטאג 5:25 פארטאגס אמסטערדאם זייגער (11:25 ניו יארק'ער זייגער) האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם אמסטערדאם לופטפעלד, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך אן ענגע צאל ראשי ונכבדי הקהילה וועלכע האבן שלום גענומען, דער רבי איז אראפ צו די באן סטאנציע אינעם לופטפעלד, היות דער פליגער האט געלאנדעט פריער ווי געפלאנט האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויף א זייטיגע באנק און עוסק געווען בלימודו באשמורת הבוקר ביז צום באן אהנקום.

ארום 6:25 איז דער רבי ארויף אויפ'ן שנעל-צוג יוראו-באן ווי דער רבי איז געפארן א וועג פון א קארגע שעה קיין אנטווערפן.

ארום 7:30 איז די באן פון רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם צענטראלען אנטווערפן באן סטאנציע ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך הונדערטער תושבי העיר ואנ''ש רבני ודייני קהלתינו הק', און מען איז אריבער שלום נעמען.

דער רבי איז תיכף צוגעפארן צו די אכסניא אין שטוב פון הרבני החסיד ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימודו פאר א שטיק צייט ביז צום באשטימטן זמן תפלה.

פאר שחרית איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה"ח ר' חיים יודא ווייס הי"ו.
ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן, דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם היכל התורה 'היכל ברך משה' ווי עס  איז פארגעקומען א סדר הלימוד קודם התפילה פאר די בחורים תלמידי ישיבתינו הק', דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן מנהל הרה''ג ר' ישראל קליין שליט"א און דערביי געהערט א קורצע באריכט איבער די ישיבה, דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח און זיך מפלפל געווען אין לערנען בשעשועי אורייתא מיט די בחורים אין מס' פסחים און מס' קידושין.

ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור בן הר"ר יעקב פסח הירשלער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה וויזניץ.
בעל תפילה: הב' לייביש ב"ר אנטשיל קאליש הי"ו.

פתיחה: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק והמוסדות קר"י. בעל קורא: הרה"ח ר' יעקב שרייבער הי"ו.
כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יצחק ב"ר חיים לעווי הי"ו (אנטווערפען). שלישי: רבינו שליט"א - דער רבי האט גומל געבענטשט און מוציא געווען די געסט, און דערנאך געמאכט א מי שברך לבת הנולדה למז"ט אצל ר' יודא אלי' ראטה הי"ו.
הגבה: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו. גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

ארום צען מינוט נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט"א ערשינען אין היכל הביהמ"ד צום מסיבת לחיים וקבלת פנים, ווי הונדערטער אנ''ש ותושבי העיר, בראשות רבני ודייני העיר, האבן אנטפאנגען דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש און געזאגט לענגערע הדרכה זיך צו פירן ווי דער מייסד הקהילה רביה''ק זיע''א האט פארלאנגט אין אלע עניינים, און דערנאך מאריך געווען בשבח הקהילה, די ביהמ"ד לתורה ולתפילה, די לימוד התורה בטהרה, די רבנים ומרביצי תורה, די מורי הוראה לשרת הציבור בלב ובנפש, די כולל אברכים וואו די אינגעלייט זענען זיך ממית באהלה של תורה, און געוואונטשן גרויס הצלחה, אבער די קרוין פון די קהילה איז די ישיבה, דער רבי גערעדט בשבח הישיבה און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און עלטערן בכל מילי דמיטב.
דערנאך האט דער רבי בקול חנוק מדמעות פארגעזעצט אנוכי בדרך נחני ה', מ'איז געקומען דא אויף א קורצע אפשטעל אויפן וועג צום עיר האבות סיגוט אויף שב"ק יומדהל"ק פונעם ריש השלשלת מרן הישמח משה זיע''א, זונטאג גייט מען גיין צום ציון אין אוהעל, און דערנאך קיין צאנז צום ציון פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א, רעדה אחזתני, אז מ'טראכט ווי מ'פארט, השי"ת זאל העלפן מ'זאל מצליח זיין, מ'פארט בשליחות פון אידישע קינדער, אידישע קינדער דארפן ישועות און רפואות אין אסאך ענינים, השי"ת זאל העלפן מ'זאל קענען מתפלל זיין ווי ס'דארף צו זיין, און פועל'ן פאר אידישע קינדער וואס זיי דארפן, ויושר יליצו בעדינו חיות אש, אלע צדיקים שרפי מעלה, כל אחד כדאי לעצמו, השי"ת זאל העלפן זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל, מ'זאל געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב, דער זיידע דער ישמח משה האט דאך אזויפיל מתפלל געווען פאר די גאולה, און אוזיפיל מחכה געווען פאר די גאולה, זאל השי"ת העלפן מ'זאל פועל'ן די גאולה שלימה בביאת גוא"צ בב"א.

דערנאך זענען די תלמידי המוסדות און נכבדי אנ"ש אריבער נעמען שיריים, נאכן מעמד האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און איז אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו מגדולי עסקני קהילתינו הק', אויף פת שחרית.

ארום 2:20 איז פארגעקומען בבית האכסניא א מסיבה לטובת די ישיבה קטנה אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה און די נדיבי ותומכי הישיבה, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים און פאר די הנהלת הישיבה.

ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי אנ''ש תושבי העיר האבן געהאט די געלעגנהייט אריין צו גיין בקודש פנימה מיט א קוויטל להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבתינו הק', וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת פסחים גפ"ת, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט מיט א קענטיגע קורת רוח, און פארטיילט פאר די מצטיינים א געבענטשטע זיידענע גארטל במתנה.

נאך די זמני כניסה ארום 4:45 איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום היכל הישיבה קטנה, דער רבי האט צום ערשט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, בעל תפילה: הב' אליעזר שטערן הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ורמ"י הישיבה און דערנאך געוואונטשן לחיים פאר די תלמידי הישיבה און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געזאגט אל יפטור אדם מחבירו אלא בדבר הלכה, און האט משמיע געווען א קורצן אבער טיפזיניגן סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים און געבעטן די בחורים מברר צו זיין די סוגיא על בורי'.

דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 5:15 אויפ'ן וועג צום עירפארט אין די דורנע געגנט אין אנטווערפען, ווי דער רבי איז ארויס באגלייט געווארן דורך אנ"ש, בחורי חמד וילדי תשב"ר וועלכע האבן באגלייט דער רבי בשירה וזמרה.

ארום 6:05 נאכמיטאג אין אנטווערפען האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט"א אויפן וועג צום באניע עירפארט, א וועג פון ארום צוויי מיט א פערטל שעה.

די פליגער האט געלאנדעט אינעם באניא לופטפעלד אין רומעניע ארום 9:15 (ארטיגע זייגער), פון דארט איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון ארום א שעה און פופצן מינוט צום עיר האבות סיגוט יע"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

המשך מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לרגל די הילולא קדישא פון ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע''א

עיר האבות סיגוט


דאנערשטאג ארום 10:45 אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין עיר האבות סיגוט, און תיכף צוגעפארן צום שוהל הויף מקום שהתפללו אבותינו ורבותינו הק' זיע''א און איז אריין אינעם בנין המפואר מיט א רגש קודש.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהילתינו ב''פ 15 שליט"א און דער אנוועזנדער ציבור געסט פון איבעראל זענען אריבער שלום נעמען.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב ברוב עם הדרת מלך אין היכל ביהמ"ד עצי התמרים. בעל תפילה: הרה"ח ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו (לאנדאן). נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.

דערנאך איז דער רבי ארויס זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט ביים נייעם בנין הכנסת אורחים "בנין לאנדא" וואס ווערט געבויעט לתועלת אלפי אנ''ש, דער רבי האט באטראכט די בוי ארבעט פונעם בנין און געהערט א באריכט פון בנש"ק הרה"ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי"ו יו"ר השוהל הויף און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריין לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש בעטלהעם ניו העמפשער

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הנחת תפילין פונעם רבינ'ס אור אייניקל הב' הבר מצוה כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור און דערנאך ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר וואלף בר"מ לאנדא הי"ו (קר"י).
בעל תפילה: ר' יעקב אליעזר רובין הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זיע''א און פון הרה"ק השאגת ארי' זיע''א וואס איז געווען די יארצייטן.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און געטייטשט אז תשובה מאהבה בלייבט אויף שטענדיג, תפילין איז א אות אהבה פון הקב"ה צו כלל ישראל און איז משפיע צו זיין אהבה פון כלל ישראל צו הקב"ה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה אז א אייניקל האט אנגעהויבן היינט צו לייגן תפילין און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיגט אז מ'פארט אי"ה קיין אייראפע פוקד זיין די ציונים הקדושים אין סיגוט, איהעל, און צאנז, עס כאפט אן א אימה און פחד צו טראכטן פון ארויפגיין צום ציון פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א און די זעלבע אין סיגוט און איהעל, דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל פארן מיט הצלחה און אהיימקומען מיט הצלחה און אויספויעלן אלעס גוטס 'ויושר יעליצו בעדנו חיות אש".

דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען.

ארום 1:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש א וועג פון 18 מינוט צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד פון ווי דער רבי'ס פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 1:45 אויפן וועג צום באסטאן אינטערנעשענעל לופטפעלד, די פליגער האט געלאנדעט ארום 2:35 און דער רבי איז אריין אין א זייטיגע שטובל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה מיט א ענגע מנין פון עטליכע ראשי הקהלה ומשמשים בקודש, בעל תפילה: הב' יהודא ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.

ארום 5:15 האט זיך געהויבן דער פליגער פון באסטאן אויפן וועג קיין אמסטערדאם

בערך 3 שעה נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מעריב אויפן פליגער, בעל תפילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

אויפן פליגער האט דער רבי עוסק געווען בתורה אין מס' בבא קמא א לענגערע צייט, און דערנאך מעיין געווען אין די וואונדערבארע ספרים אוצרות ישמח משה און דרכי ישמח משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

באריכט מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לרגל הילולא קדישא פון ראש הששולתא קדישא הגה''ק הישמח משה זיע''א

פרייטאגכ"ז תמוז תשפ"ד8/2/2024

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים תפילת מנחה ומסיבת לחיים בהיכל ישיבתינו הק' אין אנטווערפען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פארהערן א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבתינו הק' באנטווערפען אויף מסכת פסחים בבית האכסניא, און דערנאך ביים פארטיילן א מתנה א גארטל פאר די בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבה לטובת די ישיבה קטנה דקהלתינו הק' פאר די קביעות'דיגע שטיצער, פארגעקומען בבית הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דאנערשטאגכ"ו תמוז תשפ"ד8/1/2024

בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים וקבלת פנים נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית אין ביהמ''ד דקהלתינו הק' אין אנטווערפן, וואו עס האבן מיטגעדאווענט אברכי הכולל ובחורי חמד און די עלטערע כתות ילדי תשב''ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים פאר'ן דאווענען פון די בחורי אנ''ש אינעם היכל התורה בביהמ''ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
אנ''ש תושבי אנטווערפן ביים אפווארטן און מקבל זיין פני הקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין די באן סטאנציע אין אנטווערפן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 9
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אהנקומענדיג אין עירפארט אין אמסטערדאם, און ווארטענדיג אויף די יוראו-באן, און אויפן יוראו-באן אינטערוועגנס קיין אנטווערפן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
דאנערשטאג מטו"מ 6:35 נאכמיטאג אין אנטווערפען (12:35 ניו יארק'ע צייט) אין די יעצטיגע מינוטן האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, אויפן וועג קיין באניע א וועג פון ארום צוויי שעה, פון דארט וועט רבינו שליט"א צופארן לעיר האבות סיגוט א וועג פון ארום א שעה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווייזט עלטערע נייעס