בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

שבת קודשכ' תשרי תשפ"ג10/15/2022

באריכט
ליל הושענא רבא

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום עריכת שלה"ט לכבוד סעודת מלוה מלכה ואושפיזא דדוד מלכא משיחא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ח תשרי תשפ"ג10/13/2022

באריכט
ליל ב' דחוה''מ אושפיזא דמשה רעיא מהימנא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 האט רבינו שליט''א געדאווענעט מעריב בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:30.
נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג.
הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק וואס משה רבינו האט געזאגט 'האזינו השמים ואדברה' און געטיישטש אז דורך מצוות סוכה העלפט תשובה מיט תפילה אויף אלע עבירות, און א מקוה האט די סגולה פון מכניע צו זיין די קליפות, די זעלבע סגולה האט א סוכה, אזוי וועלן די תפילות ישראל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.

ברכהמ"ז: הגה"צ רבי אהרן מרדכי בריסק שליט''א דומ"ץ טאשנאד מאנסי. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצאי יו"ט ליל א' דחוה"מ - אושפיזא דיעקב שלימתא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה שע''י ביהמ"ד הגדול ארום 11:00.
נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הגה''צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו''ר מדינוב מאנסי.
הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד קר''י.
הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו באנטוורפען.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה' און געטייטשט אז מיט'ן כח אמונה אינעם בוכ''ע קען מען צוקומען צו תשובה און צו אלע תקונים.

ברכהמ"ז: הגה"צ אב''ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בבארא פארק. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 12:50.

יום א' דחוה"מ

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הר''ר אברהם דוד וואגשאהל שליט''א (מאנסי).

עליות. כהן: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט''א חתן כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, לוי: הרה''ח ר' משה בער לאנדא הי''ו, שלישי: הרה"צ ר' אליעזר צבי הורוויץ שליט''א חתן האדמו''ר מספינקא שליט''א, רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הר''ר ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט''א חתן האדמו''ר מספינקא שליט''א, גלילה:

מוסף: הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א.

נאכמיטאג האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש און א ברכת החג דורך א לייוו הוק-אפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק, ביי די סעודת אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ושמחת בית השואבה, אין די סוכה הגדולה שע''י בית מדרשינו הגדול אין שיכון, נאך די דברי תורה לכבוד היום האט דער רבי ארויסגעברענגט זיין קשר מקירוב הלב מיט אנ"ש פון בני ברק, און זיין הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון די קהילה מוסדות און ישיבה, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

פארנאכטס איז הגה''צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד''ק נייטרא מאנסי געווען אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די סוכה שע"י ביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני החג אויף א לענגערע צייט, רבינו שליט''א האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

נאכן באזוך ארום 7:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל ב' דיו"ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ח שלום יצחק שעהר הי''ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00 דער עולם איז אריבערגעגאנגען וואונטשן גוט יו"ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דיצחק' בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד טאהש קר''י.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה' און געטייטשט אז דער כלל איז מעלין בקודש ולא מורידין אז עס איז געווען א חורבן ביהמ''ק וועט דער ביהמ''ק השלישי זיין גדול כבוד בית האחרון יותר מן הראשון, דאס איז א נחמה פאר בעלי תשובה אז זיי ווערן אין א העכערע בחינה ווי צדיקים גמורים, די שמחה עילאה וואס איז געווען בזמן שביהמ''ק היה קיים, ווען דאס ביהמ''ק וועט אויפגעבויעט ווערן וועט עס זיין אסאך העכער.

פאר ברכהמ''ז האט רבינו שליט"א פארציילט א עובדא ווען דער רבי איז געווען ביי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אין די סוכה ביי אושפיזא דאהרן.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב לוי יצחק טויב שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

נאכן בענטשן האט מען געזינגען דעם נייעם הקפה ניגון און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

דעם צווייטע טאג יו"ט אינדערפרי ארום 10:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' חיים אלישע גראסמאן שליט''א.

צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען און געדאווענט בהשתפכות הנפש, און מאריך געווען בעבודת הקודש פון די נענועים בדביקת וברגש קודש, נאך הלל האט רבינו שליט"א פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג און הרב חיים מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ''ד בית שמואל בנימין.

עליות. כהן: הרב נחמן בן הר''ר אשר ישעי' כהנא שליט''א, לוי: החתן ב''ר יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) שלישי: הרה''ח ר' מאיר הירש שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ג ר' חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א, גלילה: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט''א.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יוצא ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג), הגבה דעם צווייטן ספר: הרה''ג ר' אלטר טייטלבוים שליט''א, גלילה: הרב חיים מאיר שטיין שליט''א.

מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' משה קאפפל הי''ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 2:10.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען דעם פיוט פון יוצר, און דער רבי האט דערנאך מכבד געווען מען זאל זינגען ניגוני שמחה לכבוד יו''ט.
ברהמ"ז האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הב' דוד דוב מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

נאכמיטאג ארום 7:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר"ר יצחק פייערשטיין שליט"א.
ביים זמן ר''ת האט מען זיך געשטעלט מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.

נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריין אין די סוכה הגדולה און געמאכט הבדלה. און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור א גוטע וואך א גוט'ן מועד. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימים הראשונים של יו"ט סוכות זמן שמחתינו, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ערב יו"ט נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געבינדן דעם לולב און געזאגט דעם יהי"ר כנהוג.

פארנאכטס ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו מראה"ק. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10, דער עולם איז אריבערגעגאנגען גוט יו"ט זאגן, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דאברהם', בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין, און די תפילה לליל ראשון, און זיך אראפגעזעצט ביי תובו תובו, כנהוג.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זינגען דעם פיוט הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
און געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט אז די אותיות פון די אבות הקדושים זענען געווען אויפגעשריבן אויף די דגלים, די אות ה' פון אברהם וואס איז מרומז אויף מצוות סוכה איז געווען העכער די אידישע קינדער און מגין געווען און איז מגין עד היום הזה.

ברכהמ"ז הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראש העיר, מען האט געענדיגט ארום 12:10.

דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי נאך די מקוה האט רבינו שליט"א מקיים געווען בדחילו ורחימו די מצוות נטילת ד' מינים אינעם סוכה בביתו נאוה קודש, און עקסטערע מייחד געווען א סעט ד' מינים פאר די בחורים געסט פון אויסלאנד.

ארום 9:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' העניך שעהר שליט"א. צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד בהשתפכות הנפש און מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים בדביקות וברגש קודש. נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו: הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד מנחם זאב, און הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ''ד רב טוב.

עליות. כהן: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי''ו, שלישי: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.
מיט הגבה וגלילה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו.
הגבה דעם ערשטן ספר: הרב ליפא רובין שליט''א, גלילה: הרב נחמן כהנא שליט''א, חתני הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, גלילה: הרב יושע לאבין חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

ביי די מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט, נכדו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

נאכמיטאג ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ד תשרי תשפ"ג10/9/2022

באריכט
זונטאג וזאת הברכה ערב סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב''ר ארי' הערשקאוויטש הי''ו.
ב''ר מנחם משה גאלד הי''ו (מאנסי).
ב''ר שלמה לייב פרידריך הי''ו (לאנדאן).

נאכן דאווענען האט מען אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א בחדרו הפרטי די ערבות פאר די ד' מינים ווי דער רבי האט איבערגעקוקט און געקליבן ערבות א לענגערע צייט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ושמחת בחגיך - אין שמחה אלא בבשר

אין די אהנגעצויגענע מינוטען פון ערב חג הסוכות זמן שמחתינו קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז הנהלת הבוטשער דקהלתינו הק' בוומסב''ג, האט נארוואס געסיינט א ליעס אויף א שפאגל נייע לאקאל פאר די געברויך פונעם פלייש געשעפט אויף מורטיל עוו. ווי עס וועט זיך אי"ה תיכף נאך יו"ט אנהייבן דאס איבערבוי פאר א פראכטפולע פלייש געשעפט וואס וועט ווערן הערליך שיין צוגערישט, מיטן האפענונג אז אין די קומענדיגע חדשים זאל מען קענען עפענען דעם געשעפט צו סערווירן דעם ברייטן ציבור המדקדקים בכשרות הבשר עופות און גסות פון די מערכת השחיטה המהודרת קרית יואל.

אזוי אויך ווערט פארענדיגט די פלענער פונעם געפלאנטן נייעם מאסיווער לאקאל אין די קעיסקעיד געגענט ווי עס וועט גלייכצייטיג אויך אפערירן א מעגא צענטראלע פראסעסינג סענטער, מיט א פראכטפולע קאך, פאר אלע אונזערע פלייש געשעפטן אין וומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר''ר ברוך עקשטיין שליט''א

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:35. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
ביי די זיסע מייערן האט רבינו שליט''א געטיילט שיריים פאר די צענדליגער אויסלענדישע געסט וועלכע זענען געקומען וויילן אויף יו''ט במחיצת הקודש.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א דקהלתינו הק', מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'עלה אל הר העברים הזה הר נבו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון תלמוד עדיף או מעשה עדיף.

קה אכסוף: הרב חיים מאיר שטיין שליט''א, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המגיד מקאזניץ זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט זונטאג ערב סוכות. קה רבון עלם: ר' חיי הערש שווארץ הי''ו (וומסב''ג).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לכבוד די שלום זכר ביי נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, און מען האט געזינגען נגונים לכבוד די שמחה.
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב''ר פישל ווייס הי''ו.
אז ביום השביעי: הרה''ח ר' שלמה הערש בר''מ עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יואל יוסף מארקאוויטש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' חיים ראטשטיין הי''ו (ב''פ), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אליעזר היילברוין הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' חיים מאיר ווייס הי''ו, לוי: הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט''א, שלישי: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ אנטווערפען, רביעי: ר' משה יוסף ברא''ש פריעדלענדער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: ר' שלום פרענקל הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: ר' שלמה זלמן מארקאוויטש הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: הרה''ח ר' זלמן לייב קליין הי''ו (לאנדאן), מפטיר: הרה''ח ר' אליעזר היילברוין הי''ו.
נאכן ליינען האבן די צענדליגער געסט גומל געבענטשט, הגבה: הרה''ח ר' אהרן פרענקל הי''ו, גלילה: ר' יואל ברי''ה שווארץ הי''ו.

מוסף: הרה"צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א מספינקא קר''י, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק אהרן גאלדבערג הי''ו (אויסטראליע). מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:05. מנחה: הר''ר אברהם משה טויב הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל סאלאמא הי"ו (ארגעטינא), כהן: הר''ר הערשל כ''ץ שליט''א (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' יואל ברא''מ שטיינבערג הי''ו (בני ברק), שלישי: הרה''ג ר' דוד הירש שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הר''ר מאיר לייב קטינא הי''ו (אנטוורפען).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ויאמר אלהם שימו לבבכם לכל הדברים' און געטייטשט אז דורך מקיים זיין מצוות ה' קען מען זוכה זיין צו אריכת ימים דורך צוויי אופנים, אדער דורך מקדמי ומחשכי לבי כנישתא אדער טוען עבודת ה' מיט מיר איכות, און אזוי דארף מען זיך גרייטן צום יו''ט סוכות מקיים זיין די מצוות ה' בהידור זה קלו ואנוהו א שיינע ברכה על נטילת לולב א שיינע לישב בסוכה מיט הארץ און געפיל פארן הייליגן באשעפער.

ידיד נפש: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ אנטווערפען, קל מסתתר: הרה''ג ר' דוד הירש שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:20.
מוצש''ק איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה בביתו נאוה קודש.
עס איז פארגעקומען די התחלת כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' דוד יודא קאהן הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס איז געשריבן געווארן דורך תלמידי ישיבה לצעירים אין וומסב"ג אינאיינעם מיט הרה''ח ר' יודא ברילל הי''ו (וומסב''ג) לע''נ בנו הבה''ח אלעזר ע''ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו ווי ער האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א הערליכע מייסטערהאפטיגע קיישעלע א הידור מצוה פארן רבינ'ס לולב, מיט א זילבערנעם וואזע פארן לולב, און דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען ברכת קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צו די מסיבת חנוכת הבית פון ר' יששכר בער דאווידוויטש הי''ו, דער רבי האט קובע מזוזה געווען דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זיע"א ביומא דהילולא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אין די שפעטע שעות האט דער רבי א לענגערע צייט מסדר געווען און צוגעענדיגט ארויסצושיקן זיינע צדקות לכבוד יו''ט, פאר ת"ח און עניים הגונים פון איבער ניו יארק רבתי.


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ויחל הבית לבנו"ת!

היסטארישע און שמחה'דיגע מאמענטן בעיר הצדק קרית יואל - אצינד הארט ערב זמן שמחתינו - מיטן אנהייבן די מאסיווע בוי ארבעט אהערצושטעלן נאך א גיגאנטישן 7 שטאקיגע פראכטפולע מבצר ענקי פון אריבער 170,000 סקווער פיס בנין בית רחל החדש, וואס וועט אי"ה זיין די 18'טע בנין פון מוסדות קרית יואל א היסטארישע פערציג מיליאון דאלאר'דיגע פראיעקט וואס די הנהלת המוסדות האט אונטערגענומען צי לינדערן דעם שרעקליכן לחץ זו הדחק וואס הערשט אין די 8 עקזיסטרענדע בניני בית רחל.

די זעלטען מאסיווע פלענער שרייבן פאהר א מלכות׳דיגע בנין פון זיבן שטאקן מיט אכציג קלאסן, 4 חדרי אוכל, גיגאנטישע אוידיטאריום, ועל כולם נאך א הערליכע תקנות חתונה זאל, וואס די הנהלת המוסדות נעמט אונטער לטובת הציבור.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ! - קריה נאמנה קרית יואל מחיל אל חיל! - בונים מבצרים כבירים לנו ולדורותינו!


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים!

בנין הגדול והחדש דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק


ריזגע אונטערנעמונג פון קרוב צו פערציג מיליאון דאלאר, און וועט אנטהאלטן א זאל, מקוה טהרה, היכל התורה, שטיבלעך, בית המדרש הגדול, עזרת נשים, היכל הכולל, קומת ישיבה קטנה, עטליכע שטאקן פאר תלמוד תורה.
היסטארישע פראיעקט אינטערגענומען געווארן דורכ'ן תורה פילאנטראפ הנגיד הנכבד בונה ומקים עולמות של תורה הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו ואתו עמו הנגיד הנכבד ראש וראשון לכל קדשי בית סאטמאר הרה"ח ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו.
אין די טעג ארבעטן די עסקנים צו צוקומען צו די ענדגילטיגע פערמיטן און קענען אנהייבן די פאקטישע מלאכת הבני'.

גדול יהיה כבוד הבית הזה!


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג