בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ד תשרי תשפ"ג10/9/2022

באריכט
ושמחת בחגיך - אין שמחה אלא בבשר

אין די אהנגעצויגענע מינוטען פון ערב חג הסוכות זמן שמחתינו קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז הנהלת הבוטשער דקהלתינו הק' בוומסב''ג, האט נארוואס געסיינט א ליעס אויף א שפאגל נייע לאקאל פאר די געברויך פונעם פלייש געשעפט אויף מורטיל עוו. ווי עס וועט זיך אי"ה תיכף נאך יו"ט אנהייבן דאס איבערבוי פאר א פראכטפולע פלייש געשעפט וואס וועט ווערן הערליך שיין צוגערישט, מיטן האפענונג אז אין די קומענדיגע חדשים זאל מען קענען עפענען דעם געשעפט צו סערווירן דעם ברייטן ציבור המדקדקים בכשרות הבשר עופות און גסות פון די מערכת השחיטה המהודרת קרית יואל.

אזוי אויך ווערט פארענדיגט די פלענער פונעם געפלאנטן נייעם מאסיווער לאקאל אין די קעיסקעיד געגענט ווי עס וועט גלייכצייטיג אויך אפערירן א מעגא צענטראלע פראסעסינג סענטער, מיט א פראכטפולע קאך, פאר אלע אונזערע פלייש געשעפטן אין וומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️